מכתב יומי

טו כסלו תשפ

December 13 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט ווען עס האט פאסירט אזא שרעקליכע טראגעדיע, עס זענען געקומען רוצחים און גע'הרג'ט אידישע קינדער, דארפן מיר זיך בארעכענען וואס טוען מיר דא און וואס וועלן מיר מיט נעמען מיט זיך. אנשטאט ארום צו גיין מיט פחדים פון די געשעעניש, דארפן מיר זיך אויפוועקן פון שלאף און טראכטן פון תכלית, וואס איז דער תכלית בזה העולם? וואס וועלן מיר מיט נעמען מיט זיך? דאס ביסל תורה וואס מיר לערנען יעדן טאג נאר דאס וועלן מיר מיט נעמען און דאס ביסל מעשים טובים וואס מיר כאפן אריין - דאס איז אונזער פארמעגן.


אז דו ווילסט געראטעוועט ווערן פון שלעכטס זאלסטו אנהייבן לערנען יעדן טאג גמרא, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, ד): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בְּכָל יוֹם תָּמִיד", א איד וואס וואס לערנט יעדן טאג תורה, "בִּשְׁבִיל לְהַרְבּוֹת כְּבוֹד שָׁמַיִם", כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, "אֵינוֹ צָרִיךְ לֹא חֶרֶב וְלֹא חֲנִית וְלֹא כָּל דָבָר שֶׁיִּהְיֶה לוֹ שׁוֹמֵר", דארף נישט האבן א שווערד אדער א פאנצער זיך צו היטן פון שלעכט, "אֶלָּא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשַׁמְּרוֹ בְּעַצְמוֹ", נאר דער אייבערשטער אליינס היט אים.


האסט אודאי געהערט די גוטע חלק פון די נייעס אז איינער פון אונזערע חברים איז געראטעוועט געווארן, האברך היקר ... נרו יאיר; ער איז געווען אינעם געשעפט און איז בחמלת ה' געראטעוועט געווארן, ער האט נישט לאנג צוריק מסיים געווען גאנץ ש"ס.


אלע זענען מיר אפגעשוואכט, מיר זענען צעבראכן פון די טראגעדיע; אין ישיבה טאנצן מיר יעדן טאג מיט מוזיק און אין די פאר טעג האבן מיר נישט געטאנצן, אבער דער עיקר איז מען זאל זיך אויפוועקן פון שלאף, אריין כאפן גוטע זאכן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ג): "אֵין טוֹב אֶלָּא תוֹרָה", עס איז נישט פארהאן גוטס, נאר לערנען תורה; זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט תרגום. זיי מעביר סדרה יעדן טאג, שטופ עס נישט אפ אויף פרייטאג אדער אויף שבת, נאר יעדן טאג זאלסטו לערנען אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום וועסטו זוכה זיין צו האבן א געבענטשטע וואך מיט אלע ברכות. א וואך וואס מען איז מעביר סדרה האט מען א געבענטשטע וואך, אבער א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן א הפסד אין געלט אדער נאך ערגערס חס ושלום; אז מען שטופט עס אפ ביז פרייטאג קען אריבער גיין די וואך אן מעביר סדרה זיין און דאס וועט קאסטן א פרייז השם ישמרינו. הייב אן מעביר סדרה זיין פון אנהייב וואך - יעדן טאג לערנען אביסל חומש, תרגום און רש"י, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס.


טראכט אריין וועסטו זען ווי די טעג פליען אריבער אזוי ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה (דברי הימים-א כט, טו)", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


א פרייליכן שבת.