מכתב יומי

יא כסלו תשפ

December 09 2019

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי נישט ברוגז אויפ'ן אייבערשטן, דער אייבערשטער איז גוט און טוט נאר גוטס מיט דיר. די אלע קשיות וכו' - איז א זאך וואס מוז זיין, ווייל א מענטש קען נישט פארשטיין דרכי השם יתברך, פארוואס און פארווען.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ". אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און אזוי איז שיין - עס זאל זיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, און דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ, אִם כֵּן הָיָה - חַס וְשָׁלוֹם - דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד. אבער - האט דער רבי אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


א צעבראכענער איד איז אמאל געקומען צו רבי נתן, דער איד איז געווען פון די משכילים, ער האט געלערנט חכמות חיצוניות רחמנא לצלן, און פון רוב צרות וואס איז אריבער אויף אים האט ער אנגעהויבן רעדן אנטקעגן דעם אייבערשטן, קשיות מיט טענות אויפ'ן אייבערשטן, רבי נתן האט געווארט מיט געדולד ער זאל ענדיגן רעדן, ווען יענער האט געענדיגט רעדן האט רבי נתן געגעבן א קרעכץ און געפרעגט דעם איד: "דו קענסט מיר זאגן וואס דער אייבערשטער האט דיר שלעכטס געטון אז דו ביסט אזוי ברוגז אויף אים? איך קוק דיר אן און איך זע אז דו ביסט געזונט און שטארק מיט רמ"ח אברים ושס"ה גידים, דער אייבערשטער געבט דיר לעבן!" ווען דער איד האט געהערט די פשוט'ע ווערטער פון רבי נתן האט ער אנגעהויבן צו וויינען, ער האט חרטה געהאט און געווארן א בעל תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.