מכתב יומי
יז כסלו תשפ
December 15 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז מיט א פונקטליכער חשבון; מיין נישט אז מען האט פארגעסן פון דיר אדער מען האט זיך טועה געווען חס ושלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה נב:) איוב האט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם שֶׁמָּא רוּחַ סְעָרָה עָבְרָה לְפָנֶיךָ וְנִּתְחַלֵף לְּךָ בֵּין אִיוֹב לְאוֹיֵב", אפשר האסטו געמאכט א טעות צווישן מיר און א צווייטן? האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "הַרְבֵּה נִימִין בָּרָאתִי בָּאָדָם", איך האב באשאפן אין יעדן מענטש אסאך האר, "וְכָל נִימָא וְנִימָא בָּרָאתִי לָהּ גוּמָא בִּפְנֵי עַצְמָהּ שֶׁלֹא יְהוּ שְׁתַּיִם יוֹנְקוֹת מֵגוּמָא אַחַת", און פאר יעדן האר האב איך באשאפן א קליינע גריבעלע, "שֶׁאִלְמָלֵי שְׁתַּיִם יוֹנְקוֹת מֵגוּמָא אֶחָת מַחְשִׁיכוֹת מְאוֹר עֵינָיו שֶׁל אָדָם", ווייל אויב צוויי האר קומען ארויס פון איין גריבל וואלט דער מענטש נישט געקענט לעבן, "בֵּין גוּמָא לְגוּמָא לֹא נִתְחַלֵף לִי, בֵּין אִיוֹב לָאוֹיֵב נִתְחַלֵף לִי", יעדער האר איז מיט א פונקטליכע חשבון וואו עס זאל זיין, טראכסטו אז איך מאך א טעות צווישן דיר און א צווייטן?!
יעדע זאך וואס פאסירט איז מיט א פונקטליכער חשבון פונעם אייבערשטן; מיר פארשטייען גארנישט, מיר קענען נישט פארשטיין און מיר ווילן נישט פארשטיין. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און עס איז שיין עס זאל זיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ". ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד. אבער - האט דער רבי אויסגעפירט – "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה".
מאך זיך א שיעור אין משניות; משניות איז מזכך ומטהר דעם מענטש, משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע עבירות און עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע. משנה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות, נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן, אויך וועט דאס דיר אראפ ברענגען פון דיין צעפארנקייט, דו וועסט ווערן מיושב ומסודר, וסימנך (כתובות סא:): "מַתְנִיתָּא מַלְכְּתָא", (ש"ס) משניו"ת וועט דיר מאכן פאר א מל"ך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מען קען נישט האבן קיין שייכות מיט ברסלב נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים.
דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער נישט פארשטאנען פון רבי'ן קיין שום זאך, ער האט נאר פארשטאנען די שיחות פון רבי'ן, די שיחות פון חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן; איז כדאי דו זאלסט אנהייבן לערנען די שיחות פון רבי'ן. מאך זיך א שיעור אין 'חיי מוהר"ן', 'שיחות הר"ן' און אין 'ספר המידות', די ספרים וועסטו פארשטיין און דו וועסט טרעפן דערין גרויס חיזוק און ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן; אן ערליכער איד מיין איך אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.
אז דו וועסט זיך מאכן א שיעור אין שיחות הר"ן וועסטו זען די שיחה פון שלום בית, וואו דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצע הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפ ווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף אינגעלייט זיי צו צעטיילן, אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות. אזוי אויך וועסטו טרעפן די שיחה (שם, סימן רסד) וואו דער רבי האט אונז אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייבער ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים און צער לידה וכו'.
זיי מוותר אין שטוב און קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען צווישן אייך. דער הייליגער רבי לערנט אונז אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקסג): "בִּימֵי אַבְרָהָם אָבִינוּ הָיְתָה הַשְּׁכִינָה נִקְרֵאת בְּשֵׁם שָׂרָה, וּבִימֵי יִצְחָק בְּשֵׁם רִבְקָה, וּבִימֵי יַעֲקֹב בְּשֵׁם רָחֵל וְלֵאָה", און אזוי איז אין יעדע דור; ווען א מענטש לעבט בשלום מיט זיין ווייב מאכט ער א פלאץ פאר די שכינה, און מען איז זוכה צו אלע ברכות און צו אלע ישועות.
דינסטאג נאכט וועט זיין דער חינוך אווענט פאר אלע מאמעס וואס שיקן די קינדער ביי אונז אין מוסד, עס וועט פארקומען אין סקול; אויך די פרויען וואס שיקן די קינדער אין אנדערע מוסדות און זיי ווילן וויסן ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער אויפ'ן וועג פון רבי'ן, זענען אויך געליידנט צום חינוך אווענט; בעט איך דיר זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען הערן ווי אזוי מען ציט אויף די קינדער אויפן רבי'נס וועג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.