מכתב יומי

טו סיון תשע"ח

May 29 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר דערמאנען וואס מוהרא"ש שרייבט אונז אין די צוואה (אות ח): "תָּמִיד תַּכְנִיסוּ בְּדַעְתְּכֶם וְיִהְיֶה לִפְנֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַנְהִיג אֶת עוֹלָמוֹ בְּהַשְׁגָּחָה פְּרָטֵי פְּרָטִיּוּת וְאֵין בִּלְעָדוֹ יִתְבָּרַךְ כְּלָל", איר זאלט שטענדיג געדענקען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א פינקטליכקייט, "וְעַל כֵּן מַה לָכֶם לִדְאוֹג עַל עוֹלָם שֶׁאֵינוֹ שֶׁלָּכֶם", דעריבער וואס דארף איר זיך זארגן אויף א וועלט וואס באלאנגט נישט צו אייך? "וּמַה לָכֶם לְהִתְבַּלְבֵּל מֵאֲחֵרִים", וואס דארף איר ווערן מבולבל פון אנדערע מענטשן? "רְאוּ לְהַרְגִּיל עַצְמְכֶם לִבְרוֹחַ רַק אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, וְכָל מַה שֶׁאַתֶּם צְרִיכִים תְּבַקְּשׁוּ רַק מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַךְ", געוואוינט אייך צו שטענדיג צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און וואס איר דארפט זאלט איר זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן.


יעדעס מאל ווען איך לערן די צוואה און איך גיי אריבער דעם אות ח' ווען איך קום אן צו די ווערטער: "וְעַל כֵּן מַה לָכֶם לִדְאוֹג עַל עוֹלָם שֶׁאֵינוֹ שֶׁלָּכֶם", - דעריבער וואס דארף איר זיך זארגן אויף א וועלט וואס באלאנגט נישט צו אייך? "וּמַה לָכֶם לְהִתְבַּלְבֵּל מֵאֲחֵרִים", וואס דארפט איר ווערן מבולבל פון אנדערע מענטשן - כאפט מיר א שטארקע התעוררות, איך הייב אן דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו וויסן פון א צדיק וואס שיינט אריין אין מיר אזא שכל: "וְעַל כֵּן מַה לָכֶם לִדְאוֹג עַל עוֹלָם שֶׁאֵינוֹ שֶׁלָּכֶם", דעריבער וואס דארף איר זיך זארגן אויף א וועלט וואס באלאנגט נישט צו אייך? "וּמַה לָכֶם לְהִתְבַּלְבֵּל מֵאֲחֵרִים", וואס דארף איר ווערן מבולבל פון אנדערע מענטשן; און א צדיק וואס וועקט אונז נאכאמאל און נאכאמאל אויף אז מיר זאלן צוריק גיין צום אייבערשטן.


וויפיל דארפן מיר זינגען און טאנצן: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו"; 'אשרינו' טויזנט מאל, 'ומה נעים גורלינו' הונדערט טויזנט מאל, ומה יפה ירושתינו אז 'אשר בנחל שם גורלינו'; מוהרא"ש האט אראפ געברענגט פאר אונז דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אזוי פשוט אז מיר קליינע מענטשעלעך זאלן דאס פארשטיין און לעבן מיט דעם.


זע צו גיין אין מקוה יעדן טאג; אז מען קומט צום רבי'ן דארף מען פאלגן דעם רבי'ן. ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט ער געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה (שיחות הר"ן, סימן קמא)". אויך האט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה געזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון ווי תקוה, אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פארעכטן".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. אזוי אויך איז באוואוסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דערפאר זאלסטו זיך באנייען און גיין אין מקוה יעדן טאג, וועסטו זוכה זיין ארויס צו גיין פון דיין מרה שחורה. ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה אנטלויפן פון אים אלע קליפות וואס זיי מאכן דעם מענטש מרה שחורה'דיג. דאס וואס עס מאכט זיך ביי א מענטש אז ער פאלט אריין פלוצלינג אין א דעפרעסיע, דאס קומט פון די קליפות וואס ווערן באשאפן פון די עבירות וואס דער מענטש טוט, זיי נעמען ארום דעם מענטש און דערביטערן אים דאס לעבן, אבער דורך מקוה ווערן זיי אויס, זיי פארלירן דעם שייכות מיטן מענטש.


געוואוין זיך צו צו זאגן דעם "תיקון הכללי" גלייך נאך שחרית - מיט די תפילין דרבינו תם, ווייל איינמאל מען הייבט אן אפשטופן מיט תירוצים, באלד, שפעטער, מארגן, נעכטן, צום סוף שטעלט זיך ארויס אז מען זאגט עס נישט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "תיקון הכללי" איז א סגולה אויף 'פרנסה'; גלייך נאכן דאווענען לויפט יעדער איינער זוכן פרנסה, טו די סגולה פון הייליגן רבי'ן – זאג דעם "תיקון הכללי", וועט דאס ברענגען אלע ישועות, אלע רפואות און פרנסה אויך, עס מעקט אפ די עבירות וואס מען האט פוגם געווען.


זיי געזונט און שטארק.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב.


 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד מרת ... תחי'


קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' פארקומען א הערליכע פארשטעלונג דורך די מיידלעך פון "בית פיגא".


מען גייט פארשטעלן איינע פון די הייליגע מעשיות פון סיפורי מעשיות; היי יאר וועלן מיר מאכן דעם פארשטעלונג צוויי מאל - דינסטאג און מיטוואך, כדי אז אלע זאלן דאס קענען מיט האלטן. איך האף אז איר וועט קומען צו די פלעי, וועט איר זען צו וואס מיר האבן זוכה געווען, אז אונזערע טעכטער לעבן מיטן רבי'ס מעשיות. ביי אונז איז די סיפורי מעשיות נישט א ספר אין שאנק, עס איז א לעבעדיגע מעשה ספר, אלע לערנען דאס, קענען דאס און בעיקר לעבן דערמיט.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן די זכיה אז אונזערע קינדער זאלן אויפוואקסן מיטן הייליגן רבי'ן אן קיין בושה פון אנדערע; זיי ווייסן גארנישט עפעס אנדערש, נאר תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה, זיי לעבן מיטן רבינ'ס עצות און חיזוק.


זייטס מתפלל אז מיר זאלן טרעפן א נייע פלאץ פאר די סקול; איר ווייסט דאך אז די שטאט האט אפגעשפארט די אויבערשטע שטאק און מיר האבן נישט קיין פלאץ פאר די מיידלעך, נאר תפילה וועט אונז העלפן. שבת ווען איר צינדט אן די שבת ליכט מאכטס א תפילה אז מיר זאלן האבן א גוטע פלאץ פאר אונזערע קינדער.


ווען מען קומט אין ישיבה זעט מען וואס תפילה טוט; אין אנהייב האבן מיר נישט געהאט קיין פלאץ וואו צו פלאצירן די בחורים, קיינער האט אונז נישט געוואלט געבן א פלאץ, וואס האבן מיר געטון? מיר האבן איינגעשפאנט אלע קינדער, בחורים, אינגעלייט און פרויען, אלע האבן געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן האבן א פלאץ און ברוך השם מיר האבן א גוטע פלאץ פאר די חדר, ישיבה, הדפסה, בית המדרש און חתונה זאל וכו' וכו', אזוי וועלן מיר אויך מיט תפילה האבן א פלאץ פאר די מיידל סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.