מכתב יומי
יד סיון תשע"ח
May 28 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האף אז דו לערנסט א בלאט גמרא יעדן טאג; א בלאט גמרא א טאג פארברענט דעם יצר הרע און דאס איז דער גרעסטער תיקון פאר אלע חטאים און עוונות.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פון הרב הקדוש רבי בנציון מ'באבוב זכותו יגן עלינו בעל מחבר ספר "קדושת ציון", אז אמאל זענען צו אים געקומען בחורים און געבעטן ער זאל זיי געבן א תיקון פאר זייער עבירות, זיי האבן אים אויסדערציילט אלע זייערע חטאות נעורים וואס זיי האבן געטון און געבעטן א תיקון, האט ער זיי געזאגט זיי זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, האבן אים די בחורים געזאגט אז דאס איז זיי זייער שווער, האט דער באבוב'ער רב זיי געזאגט: "ווען איך וואלט אייך געזאגט איר זאלט זיך אפברענען אייערע הענט און מאכן גלגול שלג וואלט איר געלאפן מיט שמחה דאס טון, איר ווארט איך זאל אייך געבן אזא תיקון? דא געב איך ענק א גרינגע תיקון - א בלאט גמרא, איז ענק שווער צו לערנען?!" זעט מען פון דעם אז לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא איז א גרעסערע תיקון מער ווי אלע סארט סיגופים, ווי פארברענען די הענט און מאכן גלגול שלג.
מאנטאג יתרו תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן א בריוו פון שפיטאל, דריי טעג פאר זיין הסתלקות, שרייבט דארט מוהרא"ש: "דָּבָר אֶחָד שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶתְכֶם בַּקָּשָׁה אַחֲרוֹנָה מֵחַיֵּי, שֶׁתַּחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד", איך בעט אייך די לעצטע בקשה פון מיין לעבן, איר זאלט זיך האלטן צוזאמען, איר זאלט זיך נישט קריגן, "לָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶּׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת", מיין גאנצע ווילן איז אז עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו, ווייל פון מחלוקת קומט ארויס נאר צרות. ביים סוף פון די בריוו שרייבט מוהרא"ש נאכאמאל: "הַחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד וְאַף פַּעַם לֹא לְהִתְעָרֵב בְּשׁוּם מַחְלוֹקֶת שֶׁרַק יֵשׁ בָּעוֹלָם", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך קיינמאל נישט מישן אין קיין שום מחלוקת וואס איז דא אויף די וועלט.
ווען א מענטש מאכט זיך א חשבון הנפש יעדן טאג: 'פארוואס בין איך געקומען צום רבי'ן? פארוואס בין איך געקומען קיין היכל הקודש? פארוואס האב איך געליטן בזיונות פון אלע חברים און פון מיין משפחה ווען איך בין געקומען קיין ברסלב? נאר כדי צו ווערן אן ערליכער איד, צו לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, צו לעבן מיטן אייבערשטן און צו לערנען כל התורה כולה; איך בין געקומען צום רבי'ן כדי דער רבי זאל מיר כסדר דערמאנען אז איך גיי נישט בלייבן דא בזה העולם, איך גיי איין טאג אלעס איבער לאזן און צוריק גיין צום אייבערשטן', אזא איינער וועט זיך קיינמאל נישט קריגן מיט קיינעם, אזא מענטש וועט אנטלויפן פון יעדע סארט מחלוקת וואס איז דא.
מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דעם שיחה, און מוהרא"ש זאגט אז דער שיחה דארף זיין דער קאמפוס פונעם מענטש. אזוי ווי ווען א מענטש פארט אויף א שיף אינמיטן וואסער, דארף ער האלטן א גאנצע צייט א קאמפוס כדי ער זאל וויסן צי ער פארט גוט, אדער ער האלט זיך אין איין ארום דרייען; ווייל אינמיטן וואסער זעט מען נישט דעם סוף, און עס קען זיין אז מען זאל פארן א לאנגע צייט אבער באמת איז מען די גאנצע צייט בלויז געפארן ארום און ארום. אזוי אויך ווען איינער איז פארבלאנדזשעט אין וואלד און ער האלט אין איין גיין און גיין אן קיין חשבון, דארף ער האלטן א קאמפוס וואס זאל אים ווייזן וואו צפון זייט איז (דער קאמפוס ארבעט מיט א מאגנעט וואס ציט שטענדיג אויף צפון, דאס איז א וואונדערליכע זאך וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז א מאגנעט ציט שטענדיג צו צפון), אזוי וועט ער וויסן וואו ער האלט און ער וועט אנקומען וואו ער דארף, אבער אויב האט ער נישט דעם קאמפוס, קען זיין אז א גאנץ לעבן וועט ער זיך האלטן אין איין ארום דרייען אויף איין פלאץ.
דאס האט מוהרא"ש צוגעגליכן צו דעם שיחה, די שיחה איז געווען זיין קאמפוס; ווען מען פלעגט שרייען אויף אים: "דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך!" "דאס איז נישט ברסלב!" "עס הייסט נישט געלערנט וכו' וכו'"; די אלע זאכן וואס מען קען נאך היינט הערן פון די טרעדישענעל ברסלב'ער וואס זיי זאגן אויפן סדר דרך הלימוד אז עס הייסט נישט געלערנט, און אז מיר זענען נישט ברסלב וכו' וכו', האט מוהרא"ש גענומען דעם שיחה אלץ א קאמפוס: "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נאר'ט אייך, לאזט אייך נישט נארן; 'לאמיר זען וואס איך האב געטון דעם יאר און וואס איך האב אלץ געלערנט יעדן טאג, לאמיר זען צי איך נאר זיך...'
א מענטש וואס לעבט מיט א חשבון הנפש, יעדע זאך רעדט ער מיטן אייבערשטן, און אויב ער איז נכשל געווארן מיט עפעס טוט ער גלייך תשובה; ער כאפט אריין יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום; אפאר פרקים משניות; א דף גמרא; ער זאגט יעדן טאג תהילים וכו' וכו'; אזא מענטש קענסטו נישט פארדרייען דעם קאפ אז עס הייסט נישט געלערנט, אדער אנדערע שטותים; אזא מענטש דארף שוין נישט קיין ראיות צי עס הייסט געלערנט אדער נישט, אזא איינער ווערט נישט איבערגענומען ווען מען פארציילט אים א טשאדעלע באדעלע מעשה וכו'; ווייל ער קוקט אויף זיך: "א מופת בין איך", "א ראי' בין איך", "איך בין א מענטש וואס ארבעט ביטער שווער, איך דארף זיין אין גאס צווישן מענטשן און איך ווער יעדע רגע פארברענט פונעם יצר הרע - בפרט זומער ווען די גוים גיין אנגעטון - בעסער געזאגט אויסגעטון - ווי די חיות פון וואלד, וואס וואלט איך געטון ווען נישט דעם רבינ'ס דרך הלימוד?!"
וואויל איז פאר דעם מענטש וואס לעבט מיט א חשבון הנפש און האלט שטענדיג פאר די אויגן אז 'איין טאג וועט קומען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן און וועט מיר הרג'ענען, מען וועט מיר אראפ לייגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר און קיינער וועט אויף מיר נישט רחמנות האבן, נאר די פרקים משניות און דפים גמרא וואס איך האב אריין געכאפט ווען עס איז מיר געווען ביטער און שווער, דאס וועט מיר באגלייטן'.
היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור; איך וויל דיר זען ביים שיעור. וואס רעדט מען דען ביים שיעור? נאכאמאל פון תורה נאכאמאל פון תפילה און נאכאמאל ווי אזוי מען קען האבן א גוט לעבן מיט די ווייב. שלמה המלך זאגט (משלי יג, כ): "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם"; א מענטש וואס דריידט זיך מיט ערליכע אידן וועט צום סוף אויך ווערן אן ערליכער איד, מען הייבט אויך אן לערנען, מען הייבט אן דאווענען אין שול מיט מנין און מען הייבט אן לעבן מיט תכלית.
איך בעט דיר זייער אויב דו קענסט ארויסהעלפן צו ענדיגן דעם בנין אין אומאן; מיטן אייבערשטנס הילף וועלן מיר שוין דאס יאר זיין אינעם נייעם בנין, אלע וועט איר הנאה האבן פון דעם פלאץ. מיר וועלן דאווענען צוזאמען אינעם נייעם בנין, אזוי אויך עסן צוזאמען די סעודות און עס וועט זיין דארט שיעורים כסדרן; אויך וועלן מיר קענען אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער, מיר וועלן זיין אוועק פונעם גאנצן טאראראם; איר וועט אלע הנאה האבן פון דעם פלאץ.
בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום ביי אידן; מען זאל זיך נישט באאסן איינער דעם צווייטן, מיר זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן מיט דעם וואס יעדער איינער גייט זיך זיין אייגענע וועג - בפרט צווישן אונז תלמידים פון הייליגן רבי'ן; מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, און יעדער זאל געדענקען: 'איך בין נאר א גאסט דא אויף די וועלט; איך גיי שוין באלד אהיים, איך וועל גארנישט האבן פון די אלע קריגערייען'.
בעט דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קענען אנגיין מיט די מוסדות פאר אונזערע קינדער; מיר דארפן א נייעם פלאץ פאר די מיידלעך פארן קומענדיגן יאר.
מאך פאר מיר א תפילה יעדן טאג; מאך א תפילה פאר די מוסד אז מיר זאלן זיך נישט דארפן אזוי מוטשען, און איך זאל קענען ארויס גיין פון די חובות וואס איך האב געבארגט אז די מוסדות זאלן קענען ווייטער ממשיך זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נתקדש ווערן דעם אייבערשטנ'ס נאמען דורך אונז.
א גוטן טאג.