מכתב יומי

יז סיון תשע"ח

May 31 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר וועלן שוין קענען היי יאר זיין אין אומאן צוזאמען אינעם נייעם בנין וואס מיר בויען יעצט חוץ לישוב.


מוהרא"ש האט מיר זייער אסאך מאל געבעטן איך זאל אכטונג געבן אויף די בחורים און אינגעלייט - תלמידי הישיבה מען זאל זיין צוזאמען אין אומאן, אזוי אויך האט מוהרא"ש האט געשריבן בריוו פאר די תלמידי הישיבה אז מען זאל זיך האלטן צוזאמען אין אומאן; ווייל ווען מען איז זוכה און מען קומט שוין צום צדיק ערשט דעמאלט דארף מען אסאך חיזוק, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "לִפְעָמִים בָּא לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְנַעֲשֶׂה בְּאוֹתוֹ שָׁעָה אִישׁ כָּשֵׁר, וְאַחַר כָּך רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת עֻבְדָּא בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּתְעוֹרֵר לִבּוֹ לִתְשׁוּבָה בְּכֵן רוֹצֶה לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", ווען א מענטש באקומט א הרהור תשובה און ער מאכט אפ ביי זיך 'איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך גיי פארן צו א צדיק', "וְאַחַר כָּך כְּשֶׁנּוֹסֵעַ, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", נאכדעם, ווען ער איז שוין אונטערוועגנס צום צדיק הייבט ער אן טראכטן: 'פארוואס דארף איך פארן, וואס פעלט מיר אויס די גאנצע שלעפ וכו'?' "וְאַחַר כָּך כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", ענדליך ווען ער קומט שוין אן צום צדיק, נאכדעם וואס ער האט שוין צעבראכן אלע מניעות, הייבט ער אן טראכטן: 'פארוואס בין איך געקומען, וואס פעלט מיר אין שטוב וכו' וכו'?' דער מענטש קען דאס נישט פארשטיין און וואונדערט זיך: 'וואס איז דא געשען מיט מיר, וואס האט דא פאסירט? פריער האב איך געהאט א מורא'דיגע ברען, אזוי ווייט אז קיינער האט מיר נישט געקענט שטערן פון קומען צום רבי'ן, און יעצט ווען איך בין שוין דא ביים רבי'ן הייבט זיך אן אלע בלבולים וכו', וואס טוט זיך דא?!'


זאגט דער הייליגער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיך זֹאת, וְאַל יְבַהֲלוּך רַעְיוֹנֶיך עַל זֶה", עס זאל דיר נישט שווער זיין; דאס קומט ווייל (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ - יִצְרוֹ גָּדוֹל הֵימֶּנּוּ", ווי גרעסער א מענטש איז, אלץ א גרעסערער יצר הרע האט ער אין זיך; דאס שפילט זיך אפ ביים מענטש אליינס אויך; פריער, פאר מען איז געקומען צום צדיק איז מען נאך נישט געווען אזוי חשוב ווי יעצט ווען מען האט צעבראכן אלע מניעות און מען איז שוין ביים צדיק. בעפאר מען איז געקומען האט מען געהאט א קליינע יצר הרע, דעם יצר הרע האסטו נאך געקענט בייקומען גרינגערהייט, אבער יעצט ווען דו ביסט שוין גרעסער ווי דו אליינס ביסט געווען פריער, דו ביסט שוין חשוב'ער פון דיין פריערדיגע מצב, דארפסטו שוין מער חיזוק. דערפאר זעט מען אסאך מאל ווען מען קומט שוין צום הייליגן רבי'ן, מען איז שוין אין אומאן, דעמאלט קומט אריין אינעם מענטש א שטארקע חלישות הדעת, מען הייבט אן טראכטן: 'וואס בין איך געקומען?' מיט כל מיני בלבולים; דעריבער איז זייער וויכטיג זיך צו האלטן צוזאמען אין אומאן.


איך פריי מיך זייער אז מיר וועלן קענען ברענגען די קינדער צום הייליגן רבי'ן אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס. עס איז באוואוסט די מעשה אז ווען ר' יודל פון דאשוב זכותו יגן עלינו, איינער פון די גרויסע תלמידים פון רבי'ן איז געקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה - אזוי ווי דער רבי האט געהייסן, האט זיין זון אויך זייער שטארק געוואלט מיט קומען, אבער ר' יודל האט געהאט גוטע תירוצים פארוואס ער זאל אים נישט מיטנעמען, ער איז נאך צו יונג - האט דער טאטע ר' יודל גע'טענה'ט, און עס איז זייער שווער פאר דאס קינד די וועג וכו', און ער האט נישט קיין געלט אויף שפעזן. למעשה איז ער געקומען אליינס, ווען ער איז אריין געקומען צום רבי'ן געבן שלום - דער רבי האט דאך אלעס געזען און אלעס געוואוסט – רופט זיך אן דער רבי צו אים: "איך בין א וואונדער, דער טאטע קומט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, און דער זון גלייבט אויך אין מיר, און פון דעסטוועגן האלט דער טאטע אפ דעם זון פון קומען צו מיר"; זעט מען אז דער רבי האט געוואלט מען זאל קומען צו אים מיט די קינדער.


אזוי אויך האט דער רבי צוגעזאגט א מורא'דיגע הבטחה פאר א קינד וואס קומט צו אים (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו, אז א יעדעס קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר, וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד; דערפאר, פון פאר די זיבן יאר נעם איך מיינע קינדער יעדעס יאר קיין אומאן.


תלמידי היכל הקודש ברענגען די קינדער יעדן ראש השנה צום רבי'ן אין אומאן פון די זיבן יאר און ווייטער; מען קוקט נישט אויף קיין געלט, אויף טרחה וכו', מען וויל פשוט מחנך זיין די קינדער זיי זאלן לעבן מיטן רבי'ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", און ר' נתן זאגט (שם): וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן, און אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק, זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


וואס זאל איך דיר זאגן, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט א געפיל צום הייליגן רבי'ן; מיט אלע מניעות קען מען זיך שלאגן, אז די משפחה שטעלט א ווידערשטאנד, מען קריגט זיך, מען וויל דיר אוועק שלעפן פון רבי'ן וכו' דאס זענען טאקע שווערע מניעות, אבער דאס איז נישט אזוי שווער ווי ווען דער מענטש אליינס הייבט אן טראכטן: 'וואס?' 'ווען?' 'ווי?'


אז מען קילט זיך אפ פון רבי'ן איז מען אין זייער א גרויסער סכנה; במשך די פאר יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה זיך צו דרייען מיט תלמידי "היכל הקודש", האב איך געזען זייער אסאך מענטשן וואס האבן אין אנהייב געהאט א שטארקע געפיל צום הייליגן רבי'ן, אבער צום סוף האבן זיי אלעס אפגעלאזט ווייל עס האט זיך אויסגעלאשן ביי זיי די געפיל צום רבי'ן, אזוי ווי דער חובות הלבבות ברענגט (שער יחוד המעשה, פרק ה): "אָמְרוּ עַל חָסִיד, שֶׁפָּגַע אֲנָשִׁים שָׁבִים מִמִּלְחֶמֶת אוֹיְבִים, וְשָׁלְלוּ שָׁלָל אַחַר מִלְחָמָה חֲזָקָה" א חסיד האט געטראפן מענטשן צוריק קומען פון א שווערע מלחמה וואס זיי האבן מנצח געווען, האט ער זיי געזאגט: "שַׁבְתֶּם מִן הַמִּלְחָמָה הַקְּטַנָּה שׁוֹלְלִים שָׁלָל, הִתְעַתְּדוּ לַמִּלְחָמָה הַגְּדוֹלָה", איר האט זיך צוריק געקערט פון א קליינע מלחמה, יעצט דארפט איר זיך גרייטן אויף א גרויסע שווערע מלחמה, אָמְרוּ לוֹ: "וּמַה הִיא הַמִּלְחָמָה הַגְּדוֹלָה?" אָמַר לָהֶם: "מִלְחֶמֶת הַיֵּצֶר וַחֲיָּלָיו", האבן זיי געפרעגט דעם חסיד, וואס מיינט איר צו זאגן אז עס ווארט אונז א שווערע מלחמה? האט ער זיי געזאגט "די מלחמה פונעם יצר הרע"; וואס דאס איז א מלחמה וואס ענדיגט זיך נישט, כל זמן מען לעבט קומט ער מיט א פרישע וועג אוועק צו נעמען דעם מענטש פונעם אייבערשטן.


דאס איז בכלליות ביי יעדן איינעם ובפרטיות ביים הייליגן רבי'ן; ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן הייבט זיך התנגדות מבית ומבחוץ, מען גייט אריבער שוועריקייטן פון משפחה, חברים וכו' וכו'; ווען דער מענטש איז שטארק ביי זיך נישט אויפצוגעבן און נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן און ער קומט דאס איבער, דעמאלט הייבט זיך אן די אייגענע מלחמה; מען הייבט אן האבן חלישות הדעת, מען האט קשיות אויפן צדיק, מען הייבט אן טראכטן: 'וואס דארף איך דעם רבי'ן וכו'?' דעריבער דארף מען האבן אסאך חיזוק פון גוטע חברים וואס זענען מחזק דעם מענטש כסדר ער זאל געדענקען וואס דער רבי געבט, און ער זאל נישט פארגעסן צו וואס מען קען אלץ זוכה זיין אז מען לאזט נישט אפ דעם רבי'ן.


דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, ער איז געווען א גרויסער סוחר. איינמאל איז ער געפארן אויף א גרויסער יריד צו מאכן געשעפטן, האט ער געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. שבת ביי שלש סעודות האט אים שוין די הויט געברענט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, כדי ער זאל שוין קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. אבער אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער אים מרמז געווען אינמיטן די תורה אז עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט דאס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו', אבער ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט צוריק געקומען.


יארן שפעטער האט אים ר' נתן געטראפן און ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, עמנו הייתם?" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה וועגן געלט, זאגט אים ר' נתן: "ליפא! פון אזא רבי'ן גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן וועל איך אויך נישט אוועק גיין"; דאס איז געווען ר' נתן. ער איז געווען צוגעבינדן צום רבי'ן מיט א מורא'דיגע שטארקייט, און געווען אזוי פעסט ביי זיך 'אפילו דער רבי אליין זאל מיר וועלן אוועק טרייבן, וועל איך נישט איבער לאזן אזא רבי'.


איך בין אריין אין שווערע חובות צוליב דעם בנין אין אומאן; איך ווייס נישט פארוואס איך האב דאס געטון, איך האב שוין יעצט איבער דריי הונדערט טויזנט דאללער חובות וואס איך האב פריוואט געבארגט פון מענטשן. דער אייבערשטער וועט זיין מיין עדות אז איך האב נישט דא קיין שום כוונה נאר צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס דיבורים פאר אלע וואס קומען קיין אומאן, אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס אונז איבערגעגעבן - שמן זית זך אן קיין דמיונות וכו'. איך מיין גארנישט מיט דעם, נאר צו טרעפן דעם מלך מיט זיינע לייט, אזוי ווי דער גיבור האט געזאגט פאר זיינע מענטשן וואס זיי האבן אים אויפגענומען פאר קעניג (עיין סיפורי מעשיות מעשה יב, מעשה מבעל תפילה): "מיין כוונה איז, טאמער וועל איך קענען געפונען דעם קעניג מיט זיינע לייט".


דו ווייסט גאנץ גוט ווי אזוי היכל הקודש האט אויסגעזען פאר מיר האבן געעפענט די ישיבה; די אייגענע קינדער פון אנשי שלומינו האבן זיך געשעמט מיט זייער טאטע אז ער איז א ברסלב'ער, עס איז געווען א בושה ארויס צו זאגן דאס ווארט 'ברסלב', ווער רעדט נאך ארויס זאגן מוהרא"ש'ס נאמען. איך קען נישט פארגעסן ווען איך האב אנגעהויבן דאווענען אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג, דעמאלט פלעגט זיין איינגעפירט אז יעדע וואך האט א צווייטער גערעדט, פלעגט מען נישט ארויס זאגן די ווארט מוהרא"ש, מען האט זיך געשעמט פון זיך אליינס; ווען מען האט געוואלט נאכזאגן פון מוהרא"ש האט מען געזאגט, האט "ער" געזאגט, האט "ער" געפרעגט, האט "ער" מסביר געווען, "ער" האט געמיינט מוהרא"ש, כדי אז אויב א פרעמדער מענטש וועט אריין קומען זאל ער נישט לאכן וכו'. אזוי שטארק איז געווען די בושה ביי זיך אליינס; ווער רעדט נאך פון די פרויען, עס איז געווען א בושה פאר אלעמען אז דער מאן פארט קיין אומאן. אבער ברוך השם זייט די ישיבה שטייט האט זיך אלעס געטוישט.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער תלמיד, געדענק אז: "שַׁבְתֶּם מִן הַמִּלְחָמָה הַקְּטַנָּה שׁוֹלְלִים שָׁלָל, הִתְעַתְּדוּ לַמִּלְחָמָה הַגְּדוֹלָה". בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו זאלסט געדענקען ווי אזוי דו האסט אויסגעזען אן דעם רבי'ן און ווי אזוי דו זעסט אויס היינט, און ווי אזוי דו וועסט אויסזען ווען דו וועסט אפלאזן דעם רבי'ן; אז דער רבי האט געוואלט מען זאל קומען קיין אומאן, דארף מען קומען בתמימות ופשיטות, מען דארף אוועק לייגן די שכל, אוועק לייגן אלע חכמות און גלייבן וואס צדיקים זאגן.


מיר וועלן ווייטער עסן צוזאמען אלע סעודות אין אומאן, מיר וועלן דאווענען צוזאמען, פארברענגען צוזאמען, לערנען צוזאמען, חזר'ן וואס דער רבי וויל פון אונז און זיך מחזק זיין צו פאלגן דעם רבי'ן - בפרט אין "הפצה"; די גרעסטע זאך ביים רבי'ן איז צו מקרב זיין נאך א איד, אז נאך א איד זאל לעבן א גוט לעבן.


זע צו קומען קיין אומאן מיט פולע הענט; גיי הפצה יעדן טאג, אזוי וועסטו קענען זאגן פארן רבי'ן: "רבי, איך האב געברענגט צענדליגער מענטשן צו די אמונה", "רבי, איך האב מזכה געווען הונדערטער מענטשן מיט הרהורי תשובה".


זיי געזונט, איך דארף אריין לויפן צו די בחורים.