מכתב יומי
טו סיון תשע"ט
June 18 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
היינט הייבן מיר אן א פרישע מסכתא - מסכת עירוכין; איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שוין דערוועקן פון דיין טיפע שלאף און זיך באנייען פונדאסניי אן צו הייבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דיין לעבן וועט זיך דיר טוישן צום גוטן און דו וועסט שפירן גליקליך און צופרידן. כל זמן מען לערנט נישט איז מען נישט צופרידן מיט וואס מען האט, מען איז מקנא יעדן איינעם און מען קוקט אויף יענעמ'ס לעבן וכו' וכו', ווייל נאר תורה זעטיגט דעם מענטש און נאר תורה מאכט דעם מענטש פרייליך.
נעכטן איז געווען זייער א שיינע שבע ברכות אין ישיבה צוזאמען מיט א סיום אויף מסכת בכורות; מה אשיב לה', כל תגמילוהי עלי - אז מען קען חתונה מאכן די קינדער יונג און ריין. דער חתן זאגט מיר נעכטן אז ער פארפאסט נישט קיין איין טאג פון זיינע שיעורים כסדרן; אין די שבע ברכות זיצט ער אין שטוב און לערנט א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא וכו' וכו'. מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אונז אז אונזערע קינדער וואקסן אויף צופרידן און זיי לערנען תורה נאר פאר'ן אייבערשטן, נישט קיין חילוק אין ישיבה צו נאך די חתונה - יעדן טאג לערנט מען תורה ווייל דאס איז דער לעבן.
היינט נאכט קומט אם ירצה ה' פאר די אכטע חתונה אין ישיבה, מען זעט ווי דער חלום הייבט אן מקיום ווערן; געלויבט דעם אייבערשטן אז אנשי שלומינו הייבן אן לעבן מיט דעם אז חתונה מאכן דארף נישט קאסטן קיין געלט, מען דארף נישט מער ווי א קליינע סעודה פאר די נאנטע משפחה און ביים טאנצן קומען די גוטע פריינט, מען טאנצט און מען איז משמח חתן וכלה אן ווערן א בעל חוב און אן דארפן זיך צערייסן און צעפליקן. עס איז כדאי צו קומען קוקן די חתונה זען ווי אלע זענען פרייליך און חתן כלה זענען משונה פרייליך.
מענטשן שטעלן מיר אפ און מען איז מיר מחזק פארן חתונה מאכן אין בית המדרש; איך פארשטיי נישט פארוואס מען איז 'מיר' מחזק, ענדערש דארף מען מחזק זיין די וואס מאכן חתונה און ווערן בעלי חובות - זיי דארפן חיזוק צו טון ווייטער דעם רצון ה', חתונה מאכן די קינדער אפילו עס קאסט זיי געלט. אבער פאר אונז אנשי שלומינו וואס מאכן חתנה 'בחינם' אן קיין איין דאללער - מיר דארפן נישט קיין חיוזק, מיר זענען מחוזק ועומד פון דעם אליינס אז מען קען האלטן דעם קאפ גראד און נישט נאכגיין דעם שטורם.
היינט אינדערפרי איז געווען א ברית אין ישיבה און היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א חתונה; עס שפירט זיך שוין ביי אונז ווי אין יבניאל אינעם זאל וואס מוהרא"ש האט געבויט מיט מסירת נפש. מוהרא"ש האט געשריבן אז עס וועט קומען א צייט וואס אינדערפרי וועט זיין ברית'ן, נאכמיטאג בר מצוה'ס און ביינאכט וועט זיין חתונות; אזוי שפירט זיך יעצט ביי אונז, יונגעלייט מאכן זייערע שמחות פשוט אן אויסגעבן געלט פאר נארישקייטן.
איך בעט דיר נאכאמאל אחי היקר, הייב אן היינט מסכת עירוכין; הייב אן לערנען די הייליגע תורה וועט אלעס קומען אין פלאץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.