מכתב יומי

טז סיון תשע"ט

June 19 2019

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מוהרא"ש ברענגט אן אינטערעסאנטע זאך וואס ווערט געברענגט אין ספר מדרש תלפיות, אז שלמה המלך האט געטראגן אויף זיין פינגער א רינגל אויסגעקריצט אויף דעם דריי אותיות ג' ז' י', ער פלעגט קוקן אויף דעם און שמייכלען. די משרתים האבן נישט פארשטאנען וואס איז דא צו קוקן אויף דעם רינגל און וואס איז דא צו שמייכלען, ווען זיי האבן געפרעגט שלמה המלך וואס איז פשט פון דעם רינגל און וואס מיינען די אותיות ג' ז' י', האט ער זיי מסביר געווען אז דאס איז די ראשי תיבות פון די ווערטער: "גַּ'ם זֶ'ה יַ'עֲבוֹר" - דאס וועט אויך אריבער גיין. יעדעס מאל ווען ער האט א צרה איז ער זיך מחזק: "גַּם זֶה יַעֲבוֹר", דאס וועט אויך אריבער גיין.


ברודער טייערער, נעם דיר אריין די אותיות ג'ז'י' און געדענק אז "גַּם זֶה יַעֲבוֹר", דער אייבערשטער וועט דיר העלפן און דו וועסט ארויסגיין פון דיינע פראבלעמען.


נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיין צרה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג.): "כָּל הַמְשַׁתֵּף שֵׁם שָׁמַיִם בְּצַעֲרוֹ, כּוֹפְלִין לוֹ פַּרְנָסָתוֹ", ווער עס נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיין צרה טאפלט אים דער אייבערשטער זיין פרנסה; ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים קומט פונעם אייבערשטן - זיין ווייב, זיין פרנסה, זיינע קינדער, אלעס אלעס איז פונעם אייבערשטן, קיינער קען אים נישט געבן קיין פרנסה און קיינער קען נישט צו נעמען קיין פרנסה נאר יעדע זאך איז אנגעשריבן פון אויבן, דעמאלט וועט אים דער אייבערשטער געבן פרנסה בריווח.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך, ווייל אז מען איז פרייליך האט מען ממילא אלצדינג, דערפאר זאלסטו דער עיקר בעטן אויף שמחה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "צְרִיכִים לְבַקֵּשׁ קוֹדֶם עַל מִדָה אַחַת, וּכְּשֶׁשׁוֹבְרִים אֶת הַמִּדָּה הַזּוֹ, אָז צְרִיכִים לְהִתְפַּלֵּל עַל מִדָה שְׁנִיָּה, וְכֵן לְבַקֵּשׁ בְּכָל פַּעַם עַל מִדָה אַחֶרֶת עַד שֶׁיְבַטֵל מִמֶּנּוּ אֶת כָּל הַמִּדּוֹת וְהַתַּאֲווֹת רָעוֹת", א מענטש זאל קודם נעמען איין מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און ווען ער האט שוין צעבראכן די שלעכטע מדה זאל ער נעמען נאך א מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ביז ער וועט זוכה זיין צו צעברעכן אלע זיינע שלעכטע מידות.


מוהרא"ש זאגט אז מען זאל אנהייבן מיט די מדה פון שמחה, ווייל אז מען האט די מדה וועט שוין ממילא אוועק פאלן אלע שלעכטע מידות און שלעכטע תאוות. דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיין פרייליך און אז דו זאלסט נישט האבן קיין קשיות אויף אים, אזוי וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן.


נעכטן איז פארגעקומען די אכטע חתונה אין ישיבה, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן און מיר געפינען זיך אין היכל הקודש, מען קען חתנה מאכן די קינדער יונג און ריין אן קיין חובות. קומענדיגע וואך וועט זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף נאך א חתונה.


מארגן נאכט וועט זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף א שיעור; איך האף אז דו וועסט קומען זיך מחזק זיין און זיך אויפפרישן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער וואך וועט זיין דער לעצטער שיעור פאר קעמפ ווייל קומענדיגע וואך פאר איך ארויס מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין קעמפ מיט מיינע טייערע תלמידים די בחורים אויף צען וואכן. א גאנץ יאר ווארט איך אויף די צען וואכן; צען וואכן פון 'גן עדן', צען וואכן פון קדושה וטהרה, ווען מען זיצט צווישן די ביימער און גראז און מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


דאס איז די בעסטע הכנה זיך צו גרייטן אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה; הלואי וועסטו זיך אריבער כאפן מפעם לפעם מיט האלטן אונזער גן עדן.


איך האף דיר צו שרייבן פון דארט כסדר בריוון פון התחזקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאס וואס דו דרייסט זיך ארום אזוי צעמישט וכו', אנגעפולט מיט ספיקות און יעדע רגע ווילסטו עפעס אנדערש – דאס קומט פון עצבות און מרה שחורה. עצבות פארמאכט דעם מח אז מען זאל נישט קענען טראכטן אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", פארוואס זענען מענטשן אזוי ווייט פונעם אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח, צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף די וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ. רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ; כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת, בִּבְחִינַת: "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", דורך דעם וואס א מענטש איז בשמחה דאן איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי קומט מען צו ישוב הדעת און מען ווערט אן ערליכער איד.


הייב אן קוקן אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף דעם. ווען דו זאלסט וויסן וואס פאר א צרות עס איז דא אויף די וועלט וואלסטו נישט אזוי געקרעכצט; אזויפיל אידישע קינדער ליידן נעבעך יסורים, אזויפיל קינדער ליגן אין שפיטעלער השם ישמרינו, ווען דו וואלסט אריין געטראכט אין דעם וואלסטו זיך אויפגעשטעלט און געכאפט א טענצל צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


מען דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צו הרב הקדוש מקאצק זכותו יגן עלינו בעטן אן עצה אויף די שלעכטע מידה פון כעס, דער רבי האט אים געבעטן צו ווארטן אין א דרויסנדיגע צימער ביז ער וועט אים אריין רופן. ביז דערווייל האט דער רבי צוגערופן דעם גבאי און אים געבעטן אינעם אנוועזנהייט פונעם חסיד אז ער זאל פרובירן אויפצורעגן דעם חסיד. אזוי האט דער גבאי געטון, ער איז אריין געקומען אין שטוב און 'בטעות' אים אנגעגאסן מיט א קאווע, ער האט זיך אנטשולדיגט און געזאגט אז דאס איז געווען א טעות, האט זיך דער חסיד אנגערופן צום גבאי: "ס'איז גוט, ס'איז גארנישט". נאכדעם האט אים דער גבאי אנגעטראטן אויפן פיס און זיך ווידער אנטשולדיגט, אזוי איז געווען אפאר מאל און דער איד האט זיך נישט אויפגערעגט.


דערנאך איז דער גבאי אריין געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אז דער איד האט זיך קיין איינמאל נישט אויפגערעגט, האט דער רבי אריינגערופן דעם חסיד און אים געפרעגט: "איך ווייס נישט וואס דו ווילסט מיט דיין כעס, דער גבאי האט דיר פרובירט אויפצורעגן און דו רעגסט זיך בכלל נישט אויף", האט דער חסיד געענטפערט: "איך וועל דערציילן דעם רבי'ן דעם אמת, איך האב געהערט ווי דער רבי זאגט פאר'ן גבאי אז ער זאל מיר אויספרובירן, דעריבער האב איך זיך נישט אויפגערעגט, 'עס איז נישט קיין גדולה זיך איינצוהאלטן ווען איך ווייס אז מען פרובירט מיר יעצט אויס'".


האט זיך דער רבי אנגערופן: "אט די ווערטער האב איך געווארט צו הערן פון דיר, 'עס איז נישט קיין גדולה זיך איינצוהאלטן ווען מען ווייסט אז מען פרובירט יעצט אויס דעם מענטש', ווען דו וואלסט געגלייבט מיט אמונה שלימה אז יעדע זאך וואס פאסירט איז נאר דיר אויסצופרובירן וואלסטו זיך אודאי נישט אויפגערעגט"; דארפסטו דאס אריין נעמען אין זיך, אז אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז נאר כדאי דיר אויסצופרובירן, דעמאלט וועט דיר אלעס גיין גרינגער.


דעריבער בעט איך דיר זייער, נעם אריין אין דיר אז קיינער איז נישט שולדיג אויף וכו' און קיינער קומט דיר נישט וכו', נאר וואס דו האסט איז א מתנה פונעם אייבערשטן. אז דו וועסט לעבן מיט דעם וועט דיר אלעס זיין גרינגער.


מארגן נאכט וועט זיין די לעצטע שיעור דא אין שטאט ביז חודש אלול, ווייל קומענדיגע וואך פארן מיר אין קאנטרי וויילן צווישן די גראז און די ביימער. א גאנץ יאר ווארט איך אויף די צען וואכן פון זוממער; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "עס איז גוט צו זיין צווישן זיי"; איך האף דיר צו זען מארגן ביים שיעור און אויך במשך דעם זוממער.


איך שיק דיר דא מיט א בילד פון דעם בנין אין אומאן. איך האף אז דו האסט זיך אוועקגעלייגט א בעט פאר דיר און פאר דיינע קינדער; איך וויל אז דו זאלסט זיין מיט אונזער חבורה. אמת טאקע דער עיקר איז זיין אין אומאן ראש השנה נישט קיין חילוק וואס, ווען און וואו, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד): "יא עסן - נישט עסן, יא שלאפן – נישט שלאפן, יא דאווענען – נישט דאווענען, דער עיקר אז מען זאל זיין ביי מיר אויף ראש השנה"; אבער עס איז אן אנדערע ראש השנה ווען מען געפונט זיך אין א פלאץ וואו מען רעדט נאר דעם רבינ'ס ווערטער, א פלאץ אן אלקאהאל און א פלאץ פון יראת שמים. בעט איך דיר, נעם שוין א בעט ווייל דאס יאר וועט מען נישט אריין לייגן מער ווי אכט בעטן אין א צימער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.