מכתב יומי

טו סיון תשפ

June 07 2020

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


וויסן זאלסטו אז מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות - נאר צו זען וואס דער מענטש וועט טון; מען וויל זען אויב ער וועט זיך דערהאלטן, אויב ער וועט ווייטער דינען דעם אייבערשטן אן קיין שום קשיות.


דראפע זיך און דערהאלט זיך; מיין נישט אז צדיקים האבן נישט קיין שווערע ביטערע נסיונות, מיין נישט אז זיי האבן נישט קיין נפילות וכו', דער חילוק איז אז די צדיקים שטארקן זיך און הייבן זיך אויף, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", דער צדיק, אפילו ער פאלט אראפ הייבט ער אן פונדאסניי; ער קוקט נישט אויף צוריק, אויף וואס איז געווען, נאר ער קוקט אויף פאראויס. דערפאר זענען זיי זוכה צו שיינע זאכן, ווייל זיי שטארקן זיך.


זיי מתפלל אז מיר זאלן האבן וואו צו זיין זומער; איך וויל אזוי שטארק זיין צווישן די ביימער און גראז צוזאמען מיט די בחורים. מיר דארפן גרויסע ניסים אז מיר זאלן האבן וואו צו זיין זומער; מיט תפילה וועלן מיר האבן א שיינע פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - א' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


גיי נישט שלאפן פאר דו ליינסט קריאת שמע שעל המיטה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן - גייען אלע מזיקים אוועק פון אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:) רבא האט אנגעזאגט זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט. עס זענען דא עטליכע פשטים וואס דאס מיינט, דער ערשטער פשט איז: "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", רבא האט זיי געזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן קריאת שמע; אז מען גייט שלאפן אן קריאת שמע איז דאס אזוי ווי מען לייגט זיך שלאפן ביי א גוי רחמנא לצלן.


אויך בעט איך דיר זאלסט זיך אנגרייטן נעגל וואסער; נעגל וואסער איז א וויכטיגע זאך, עס זעט אויס ווי א קלייניקייט אבער דאס איז א יסוד אין אידישקייט.


זיי שטארק אין די צוויי זאכן: קריאת שמע און נעגל וואסער - וועסטו זוכה זיין צו תשובה שלימה, אזוי ווי רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב): ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן און ער איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.