מכתב יומי

טז סיון תשפ

June 08 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


זע אז דער טאג זאל דיר נישט אריבער גיין אן לערנען גמרא; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפ'ן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם", אז דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז ווען א מענטש זאגט: "עס איז מיר פינסטער", "איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש", "עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, איך שפיר זיך ווי בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם – עס איז מיר טונקל", געבט מען אים אן עצה: "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי און הייב אן לערנען, הייב אן זאגן די אותיות התורה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין - דורכדעם וועט דיר ליכטיג ווערן און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.


איך זאג דיר, דו וועסט זיך שפירן גאר אנדערש נאכדעם וואס דו וועסט עפענען די גמרא.


איך בין דיר זייער מכיר טובה אז דו העלפסט ארויס דעם קאמפיין עס זאל זיין מיט הצלחה, איך בין דיר מכיר טובה אז דו האסט זיך אונטער גענומען צו שאפן צדקות ביי דיינע באקאנטע און גוטע פריינט, אין דעם זכות זאלסטו ארויסגיין פון אלע דיינע חובות און זאלסט האבן גרויס שפע.


דער ריי"ץ זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "איין טון איז מער פון טויזנט קרעכצן"; דאס וועסטו קענען זען היינט נאכט אין ישיבה וואו עס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פארקומען די פופצנטע חתונה. נאכדעם וואס אלע קרעכצן און זיפצן אויף די גרויסע הוצאות וכו', וכו' - וועסטו זען ווי אנשטאט קרעכצן טוט מען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


מוהרא"ש האט דערציילט פונעם הייליגן צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו, אז נאך זיין חתונה איז ער געווען זייער ארעם, ער האט נישט געהאט קיין איין פרוטה אין שטוב פון וואס זיך צו מפרנס זיין, האט דער הייליגער צדיק געוויינט צום אייבערשטן און געזאגט: "רבונו של עולם, ווען איך וואלט ווען געהאט אכט הונדערט גאלדענע רענדלעך וואלט איך דאס אינוועסטירט ביי אן עושר, אזוי וואלט איך געקענט זיצן און לערנען און זיך מפרנס זיין פון די רווחים", אזוי האט ער געוויינט ביז ער איז איינגעשלאפן, פלוצלינג חלומ'ט ער זיך ווי דער אר"י הקדוש קומט צו אים און זאגט: "אינגערמאן, אויב מען האט אכט הונדערט גאלדענע רענדלעך דארף מען שוין נישט צוקומען צום אייבערשטן, אז דו וועסט האבן אכט הונדערט גאלדענע רענדלעך וועסטו שוין יא קענען לערנען?!" דער הייליגער ישמח משה האט זיך אויפגעוועקט און זיך געכאפט אז עס איז טאקע אזוי, מען דארף האבן דעם אייבערשטן און אז מען לעבט מיט'ן אייבערשטן דעמאלט איז גוט.


דאס זאג איך דיר פאר אלע דיינע מחשבות וואס לויפן און בוזשעווען אין דיין קאפ, דו טראכסט: 'ווען איך וועל האבן געלט וועל איך לערנען'; 'ווען איך וועל מאכן געלט וועל איך...', 'ווען איך וועל זיין רייך וועל איך...', 'ווען איך וועל האבן אן אייגענע הויז וועל איך...'; דאס איז אלעס נארישקייטן, אלעס איז איין שטיק דמיון וואס דער יצר הרע שפילט מיט'ן מענטש; אז דו וועסט אריין נעמען דעם אייבערשטן אין דיר, דו וועסט רעדן צו אים און אים דאנקען, דעמאלט וועסטו ווערן פרייליך און צופרידן.


פאלג דעם רבי'ן, גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס זיך אויס דיין צעבראכן הארץ צום אייבערשטן; דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר וועסט זיך שפירן אזוי גוט, דו וועסט זיך נישט שפירן אליינס, דו וועסט שפירן ווי דער אייבערשטער נעמט דיר ארום, ער היט אויף דיר און וועט דיר ברענגען דיין ישועה.


נעם יעצט א חומש און זיי מעביר סדרה; ווארט נישט אויף פרייטאג אדער שבת צו מעביר סדרה זיין די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום, נאר הייב שוין אן פון זונטאג צו לערנען חומש רש"י מיט'ן תרגום ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז ביז סוף וואך וועסטו האבן געענדיגט די גאנצע סדרה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פָּרָשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם", א מענטש זאל לערנען יעדע וואך די פרשה פון די וואך צוויי מאל די פסוק און איין מאל תרגום, "שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִבּוּר מַאֲרִיכִין לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווייל ווער עס איז מעביר סדרה יעדע וואך וועט לעבן לאנגע טעג און לאנגע יארן; דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים.


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מען הערט נישט שרעקליכע טראגעדיעס; יונגע מענטשן ווערן אוועקגעריסן פון די וועלט, מענטשן זענען דערשראקן: 'וואס טוט מען צו האבן אריכות ימים?' פארוואס זאל מען נישט טון וואס די הייליגע חכמים זאגן, מען זאל מעביר סדרה זיין?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.