מכתב יומי

טו שבט תשע"ח

January 31 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט – חמשה עשר בשבט - איז זייער א גרויסער טאג. עס שטייט אין די תורה (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", א מענטש איז אזוי ווי א בוים; מען קען זיך אפלערנען זייער אסאך זאכן פון א בוים. איינע פון די זאכן וואס מען זעט ביי א בוים, אז ווען א בוים איז נאך יונג און קליין קען מען עס בייגן וועלכע ריכטונג מען וויל, און אויב זעט מען אז עס וואקסט פארדרייט קען מען עס נאך צוריקבייגן, אבער ווען דער בוים ווערט גרעסער און עלטער קען מען שוין נישט רירן דעם בוים, דאס ווייזט אונז אז מען דארף מחנך זיין די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג און קליין.


עלטערן מאכן א טעות מיט דעם וואס זיי מיינען אז קליינע קינדער דארף מען נישט מחנך זיין, מען דרוקט זיך אויס: "ווען די קינדער וועלן עלטער ווערן וועלן מיר זיי מחנך זיין". אבער וויסן זאלסטו, אז ווען קינדער ווערן עלטער איז שוין אסאך מאל זייער שפעט און די עלטערן וועלן דעמאלט חרטה האבן וכו' וכו'. עלטערן דארפן אכטונג געבן אויף די קינדער ווען זיי זענען נאך קליינע ביימעלעך וואס דעמאלט קען מען עס שיין אויסגראדן; דעמאלט קען מען זיי אויסלערנען גוטע מידות, רעדן איידל און זיך פירן איידל.


ר' נתן האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב צו מחנך זיין זיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין חצות און זאגן 'תיקון חצות'"; ווייל אז מען וויל אויפשטיין זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, אבער ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, ער האט זיי געוואלט אויסלערנען צו מאכן נאך ברכות, אנגרייטן נעגל וואסער, וכדומה. ווייל א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע איז אים גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. אודאי דארף יעדער מענטש חיזוק, ווייל יעדער מענטש האט א יצר הרע וכו' וכו', אבער מיט א גוטע חינוך בלייבט די יראת שמים און אידישקייט איינגעבאקן אין הארצן.


אויב דו האסט נישט געמאכט א סעודה נעכטן נאכט מיט דיינע קינדער, זאלסטו פרובירן צו מאכן היינט א סעודה מיט זיי; וואויל איז פאר עלטערן וואס ווייסן אז דער אייבערשטער געפינט זיך אין שטוב, נישט ווי מען רעדט איין אין געוויסע מקומות אז אן עובד ה' קומט נישט אהיים וכו', אן ערליכער איד איז איינער וואס איז אפגעשיידט פון דער וועלט. ביים רבינ'ס חדר לערנט מען אנדערש, מען לערנט אונז אז אן ערליכער איד איז איינער וואס זיצט אין שטוב, ער מאכט פון זיין שטוב א מקום המקדש, ער ברענגט אריין דעם אייבערשטן אין שטוב, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן י) אז דער עיקר ווי אזוי מען קען אריין ברענגען דעם אייבערשטן אויף דער וועלט איז נאר דורך דעם וועג פון יעקב אבינו, וואס ער האט אויסגעלערנט אז מען קען דינען דעם אייבערשטן אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.