מכתב יומי
יד שבט תשע"ח
January 30 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מארגן געפאלט חמשה עשר בשבט - ראש השנה פאר די ביימער; אין דעם טאג הייבן די ביימער אן צו וואקסן. מען פירט זיך צו עסן א סעודה פון פירות, דערפאר זאלסטו זען צו מאכן א שיינע סעודה לכבוד חמשה עשר בשבט פאר דיינע קינדער.
זע צו קויפן טייטלען פאר די סעודה, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצבות, סימן לה): "תְּמָרִים מְבַטְּלִין דְּאָגָה", אז מען עסט טייטלען גייען אוועק אלע דאגות; בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר און איך זאל נישט האבן קיין דאגות".
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה מה:): "מַה תָּמָר אֵין לוֹ אֶלָּא לֵב אֶחָד, אַף יִשְׂרָאֵל אֵין לָהֶם אֶלָא לֵב אֶחָד לְאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דערפאר נעמט דאס אוועק אלע דאגות, ווייל ווי נאר א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט אז קיינער קען אים גארנישט טון, עס איז גארנישט דא אויסער דעם באשעפער, ווערט דער מענטש רואיג און פרייליך און אלע דאגות גייען אוועק. מוהרא"ש זאגט, אז דאס גאנצע זיסקייט פון האניג וואס קומט ארויס פונעם טייטל איז אונז צו ווייזן אז ווען א מענטש האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן – אזוי ווי דער טייטל - און ער ווייסט קלאר אז אלעס וואס פאסירט מיט אים האט א פונקטליכער חשבון, איז אים זייער זיס.
לייג אוועק אלע דיינע געשעפטן און מאך דיר צייט היינט נאכט צו פארברענגען מיט דיינע קינדער; געדענק אז קינדער קוקן זייער ארויס און ווארטן צו פארברענגען מיט די עלטערן. יעדעס מאל מען מאכט א סעודה איז א גוטע צייט צו אינוועסטירן אין די קינדער, מען פארציילט זיי שיינע זאכן און מען הערט אויס יעדן איינעם וכו'. דאס קריצט זיך איין אין זיי און דאס וועלן זיי שטענדיג געדענקען; א שאד צו פארברענגען אינדרויסן פון שטוב מיט חברים און עס איז א שאד צו פארברענען די נאכט מיט נארישקייטן.
איך בין געווען אין ארץ ישראל פאריגע וואך; דאנערשטיג נאכט האב איך געגעבן א שיעור אין צפת. איך האב געפרעגט די אינגעלייט פון וואס מען זאל רעדן, האבן זיי געבעטן פון פרנסה, האב איך זיי געזאגט וואס מוהרא"ש האט אונז שטענדיג געזאגט, וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", דאס גאנצע פרנסה קומט בזכות די פרוי; איך האב זיי מחזק געווען אז אנשטאט זיי זאלן זיצן אין שול ביינאכט מיט חברים און רעדן שטותים והבלים, דברים של מה בכך אויף דעם און אויף יענעם, זאלן זיי אהיים גיין רעדן מיט די ווייב און קינדער.
אינגעלייט פרעגן מיך: "וואס קען מען טון אז דאס איז אינטערעסאנט און דאס נישט; שמועסן מיט חברים איז אינטערעסאנט, אבער שמועסן מיט די ווייב און קינדער איז נישט אינטערעסאנט..." נעבעך פאר אזא איינעם וואס חברים איז אים מער אינטערעסאנט ווי צו זיצן אין שטוב; דאס קומט נעבעך פון עבירות. אז א מענטש זינדיגט ווערט אים פארדרייט דער קאפ אז מען קען שוין נישט טראכטן גראד, אבער אז מען טוט תשובה ווערט דער קאפ אביסל אויסגעקלארט און מען הייבט אן טראכטן צו זיך: 'וואס וועט מיר איבער בלייבן פון די אלע שמועסעלעך...?'
וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ..., דער רבי עפענט אונז די אויגן מיר זאלן לעבן מיטן תכלית, מיר זאלן געדענקען אז מיר בלייבן נישט דא, ווייל קיינער בלייבט נישט אויף דער וועלט און וואס וועט שוין בלייבן פון אלע שמועסעלעך... נאר דאס וואס מיר זענען מחנך אונזערע קינדער אז זיי זאלן וויסן ווי זיך צו פירן, דאס וועט איבער בלייבן, נאר דאס ביסל גוטס וואס מיר כאפן אריין וועלן מיר מיט נעמען אויף אייביג. הער אויף צו פארברענגען וכו', נאר גיי אהיים שמועסן אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, וועסטו האבן נחת פון זיי.
דעם דאנערשטאג נאכט געפאלט דעם יארצייט פון מוהרא"ש זכר צדיק לברכה, מיר וועלן אם ירצה ה' מאכן א יארצייט סעודה אין ישיבה זיך מחזק זיין און איבער חזר'ן וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט. ווי אויך וועלן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן צו פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער, פארשפרייטן אז עס איז דא א רבי וואס האט גוטע עצות.
די ווייבער שול וועט אויך זיין אפען פאר די פרויען וואס ווילן קומען.