מכתב יומי

טז שבט תשע"ח

February 01 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט מיט אונז דאס וואס משיח וועט לערנען מיט אונז, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, נאר איין חילוק איז דא, ביי משיח וועט מער נישט זיין קיין בחירה און יעצט איז נאך דא די בחירה".


משיח צדקינו וועט אריין ברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים. מען וועט רעדן צום אייבערשטן - יעדער איינער וואס ער דארף, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'"; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיהו נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן".


דאס טוט שוין דער רבי מיט אונז יעצט; דער רבי ברענגט אריין און אונז אזא געטליכקייט און אזא ליכטיגקייט אז מיר שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אונז ביי אונז און נעבן אונז. און איינמאל מען שפירט דעם אייבערשטן, הייבט דער מענטש אן רעדן צו אים צום אייבערשטן.


דערפאר זענען מענטשן זייער מזלזל אין הייליגן רבי'ן, מען פארשטייט נישט וואס ברסלב איז, ווייל אן א צדיק איז מען נאך טיף אין גלות, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט.


ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "ווען א מענטש האט אמונה אינעם אייבערשטן, איז ער זוכה אז עס עפענען זיך אויף פאר אים אלע הימלען, אזוי ווי עס שטייט ביי יחזקאל הנביא (יחזקאל א, א) וואס ער האט זוכה געווען צו "נִפְתְּחוּ הַשָּׁמַיִם, וָאֶרְאֶה מַרְאוֹת אֱלֹקִים", די ראשי תיבות פון נִ'פְתְּחוּ הַ'שָּׁמַיִם וָ'אֶרְאֶה מַ'רְאוֹת אֱ'לֹהִים איז 'אמונה'; דאס הייסט, אז ווען א מענטש איז זוכה צו האבן א ריינע אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער און סיי וואס עס גייט אריבער אויף אים ווייסט ער אז אלעס איז דער אייבערשטער, איז ער זוכה צו אלע מדריגות.


דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער נעמט אזעלכע קליינע מענטשן ווי מיר זענען, מענטשן וואס זענען נאך זייער ווייט פון אלע קדושות וכו' און ער מאכט אז מיר זאלן זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן אזוי ווי גרויסע צדיקים. דערפאר דארפן מיר זייער פרייליך זיין אז מיר האבן אזא רבי, און מיר פאלגן זיינע עצות.


איך בעט דיר זייער שטארק זאלסט לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג, עס איז א שאד אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג אן תורה. היינט האבן מיר אזא שיינע דף (עבודה זרה יז) וואס די גמרא דערציילט אז עס איז געווען א מענטש אלעזר בן דורדיא וואס ער האט געטון זייער אסאך עבירות, עד כדי כך אז די חז"ל זאגן אויף אים אז ער האט נישט איבערגעלאזט קיין איין עבירה וואס ער זאל נישט טון רחמנא לצלן. איין טאג האט ער זיך בארעכנט אז ער וויל תשובה טון, איז ער געגאנגען צווישן די בערג און געשריגן צו די בערג: "איך בעט ענק, בעט פאר מיר ביים אייבערשטן אז מען זאל מיר צוריק נעמען; איך וויל תשובה טון". האבן זיי אים געזאגט: "עַד שֶׁאָנוּ מְבַקְּשִׁים עָלֶיך, נְבַקֵּשׁ עַל עַצְמֵנוּ" – מיר דארפן אליינס רחמי שמים. איז ער געגאנגען צו די הימל און צו די ערד, צו די זון און צו די לבנה, צו די שטערנס און מזלות און זיי געבעטן: "איך בעט ענק, בעט פאר מיר ביים אייבערשטן אז מען זאל מיך צוריק נעמען, איך וויל תשובה טון", אלע האבן אים געענטפערט די זעלבע זאך: "עַד שֶׁאָנוּ מְבַקְּשִׁים עָלֶיך, נְבַקֵּשׁ עַל עַצְמֵנוּ", מיר דארפן אליינס רחמי שמים, מיר קענען דיר נישט העלפן.


תוספת זאגט פשט (שם) אז ער האט נישט גערעדט צו די בערג וכו' נאר ער האט גערעדט צו זיך אליינס, ער האט זיך געזאגט: "קיינער וועט מיר נישט קענען העלפן, יעדער דארף פאר זיך אליין רחמי שמים עיי"ש".


ווען ער געזען אז קיינער קען אים נישט העלפן איז ער געגאנגען און זיך אוועק געזעצט, ער האט איינגעבויגן זיין קאפ צווישן זיינע פיס און ער האט אנגעפאנגען זייער שטארק צו וויינען, אזוי איז ער געזיצן מיט אן איינגעבויגענעם קאפ פאר א לאנגע צייט ביז ער איז געשטארבן. איז ארויס א בת קול: "רֶבִּי אֶלְעָזָר בֶּן דוּרְדַיָא מְזוּמָן לְחַיֵי הָעוֹלָם הַבָּא", אז מען האט אנגענומען זיין תשובה.


זאגט די גמרא: "בָּכָה רֶבִּי וְאָמַר", רבינו הקדוש האט געוויינט און געזאגט: "יֵשׁ קוֹנֶה עוֹלָמוֹ בְּשָׁעָה אַחַת", קוק צו וואס א מענטש קען זוכה זיין אין איין מינוט - אז ער טוט תשובה; נישט נאר מען האט אנגענומען זיין תשובה, נאר מען רופט אים מיט א טיטל ר', ווייל דער בת קול איז ארויס 'רבי' אלעזר בן דורדיא מזומן לחיי העולם הבא.


זעט מען פון דעם צו וואס א מענטש קען זוכה זיין ווען ער וויינט זיך אויס צום אייבערשטן און ער זאגט: "רבונו של עולם, איך וויל תשובה טון, איך האב געטון אסאך נארישקייטן אין מיין לעבן, איך בין טאקע זייער ווייט פארקראכן, אבער איך וויל זיך צוריק קערן צו דיר. רבונו של עולם העלף מיר, איך קען זיך נישט ארויס זען פון מיין פלאנטער, איך מאך אפ יעדן טאג ביי מיר אז איך גיי שוין מער נישט צוריק גיין צו מיינע נארישע מעשים און יעדע מאל פאל איך נאכאמאל אראפ, העלף מיר".


וואס איז פשט אז רבי האט געוויינט ווען ער האט געזען ווי דער אלעזר האט תשובה געטון און זיין תשובה איז אנגענומען געווארן? עס איז דאך א שמחה אז נאך א איד איז זוכה לחיי עולם הבא, נאר רבי האט געוויינט אויף אונז; א מענטש קען זוכה זיין צו חיי עולם הבא אויב ער וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, איז דאך ממש א שאד פאר אונז אז מיר זאלן זיך נישט אויסגיסן אונזער הארץ פארן אייבערשטן, אויף דעם קומט טאקע צו וויינען, אז עס גייט אריבער א טאג און מען כאפט נישט אריין אביסל גוטס וואס וועט דיר בלייבן לנצח נצחים.


היינט נאכט איז די יארצייט פון מוהרא"ש זכר צדיק וקדוש לברכה; וויפיל מיר זאלן נאר רעדן וויפיל מיר זאלן נאר פארציילן פון מוהרא"ש וועלן מיר נישט אנהייבן צו פארציילן וואס מוהרא"ש איז געווען. דער עיקר דארפן מיר זיך אפלערנען פון מוהרא"ש און פראבירן גיין אין זיינע וועגן, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט.


איך האף דיר צו זען היינט נאכט ביי די יארצייט סעודה אין ישיבה.