מכתב יומי

טו שבט תשע"ט

January 21 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס איז היינט ראש השנה פאר די ביימער.


מיר דארפן זיך אפלערנען פון די ביימער אז אפילו עס איז אריבער אויף זיי א ווינטער סעזאן, זיי זעען אויס ווי זיי זענען שוין טויט, אפגעטריקנט, ליידיג פון פירות און בלעטער, דאך הייבן זיי אן פון פריש; אזוי זאלסטו זיך אויך אויפוועקן פון דיין טיפע שלאף און אנהייבן פון פריש.


טייערער ..., געב א קוק ווי דער ערד געבט ארויס פיינע פרוכט, ביימער און געוויקסן אפילו מען טרעט אויף איר, אזוי זאלסטו אויך זיין גוט צו יעדן איינעם אפילו צו די וואס טרעטן אויף דיר.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב) אז א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו זיין אזוי ווי די ערד; די ערד ווערט נישט ברוגז אויף מענטשן ווען מען טרעט אויף איר, מען שפייט אויף איר און מען ווארפט מיסט אויף איר וכו' וכו', נאר די ערד געבט ווייטער ארויס אלע גוטע פרוכט און אלע מענטשליכע באדערפענישן; אזוי אויך דארף א מענטש זיין א גוטער און א געבער, אפילו מען שפייט אויף אים און אפילו מען רעדט אויף אים זאל ער ווייטער זיין גוט צו יעדן איינעם.


מארגן נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א סעודת הילולא אין ישיבה לרגל די יארצייט פון מוהרא"ש זכר צדיק לברכה; מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די געוואלדיגע מופתים וואס מיר האבן געזען ביי מוהרא"ש. רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט): "וְעִקַּר הַחִדּוּשִׁים וְהַמּוֹפְתִים הַנּוֹרָאִים שֶׁרָאִינוּ מִמֶּנּוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הוּא רַק בְּעִנְיַן הִתְקָרְבוּת יִשְׂרָאֵל לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דער עיקר מופתים וואס מיר האבן געזען ביים הייליגן רבי'ן איז געווען נאר אינעם ענין פון מקרב זיין אידישע קינדער צום הייליגן באשעפער. "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁנִּכְנַס אֶחָד אֶצְלוֹ וְרָצָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, תֵּכֶף נֶהְפַּךְ מִיָּד לְאִישׁ אַחֵר מַמָּשׁ", אז יעדעס מאל ווען איינער איז געקומען צום רבי'ן און ער האט געוואלט ווערן אן ערליכע איד האט מען געזען ווי דער מענטש ווערט אן אנדערע מענטש אינגאנצן; דאס וועלן מיר איבער גיין און איבער געבן פאר די קומענדיגע דורות זיי זאלן וויסן וואס מיר האבן געהאט אין אונזער דור, ווי מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער פופציג יאר ברציפות, ער האט אזויפיל געטון פאר אידישע קינדער אפילו מען האט אים צוריק געשפיגן וכו' וכו'. ער איז געווען ממש ווי די ערד וואס האלט אין איין ארויס געבן פיינע עסן אפילו מען טרעט אויף איר און מען שפייט וכו' וכו'; איך האף דיר צו זען ביי די יארצייט סעודה.


בינד זיך צו צום רבי'ן; דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב דיר שוין אריין געכאפט אין מיין זאק", האט רבי נתן געזאגט: "רבי, בינד מיר צו אינעם זאק איך זאל נישט אוועק גיין"; דאס דארפן מיר טון, זיך צובינדן צום רבי'ן און זיך האלטן מיט אנשי שלומינו; מיר דארפן אנטלויפן פון די עצלות און עצבות אין וואס דער יצר הרע ווארפט אונז אריין. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קנה): "וּמַה שֶּׁהָאָדָם אֵינוֹ נוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק, הוּא מֵחֲמַת עַצְבוּת וּכְבֵדוּת", דאס וואס א מענטש קומט נישט צום צדיק איז ווייל ער איז בעצבות.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך האלטן ביים רבי'ן, וועט דיר גוט זיין.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זאלסט קיינמאל נישט אוועק שיקן אן ארימאן פון דיין טיר. אפילו דו האסט נישט קיין איין פרוטה אין שטוב וואס צו געבן פאר צדקה, זאלסטו אים כאטש אריין רופן און אים מפייס זיין מיט א גלעזל טרינקען וכדומה, זאג אים שיינערהייט אז דו האסט נישט וואס צו געבן, און לייג צו: "גלייבט מיר, ווען איך וואלט ווען געהאט נאך וואלט איך אייך געגעבן מער וכו'", אזוי זאלסטו רעדן צו אים שיינע ווערטער, וועסטו זוכה זיין צו ווערן געבענטש פונעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י:): "וְהַמְּפֵייסוֹ בִּדְבָרִים, מִתְבָּרֵךְ בְּאַחַת עֶשְׂרֵה בְּרָכוֹת", דער וואס בעט איבער דעם ארימאן ווערט געבענטש פונעם אייבערשטן מיט עלף ברכות.


זיי מחנך דיינע קינדער צו געבן צדקה; מיר געפונען ביי שמואל אז זיין טאטע האט אים מחנך געווען מיט געבן צדקה, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (ירושלמי פאה, לז:): "אַבָּא בַּר אַבָּא יְהָב לִשְׁמוּאֵל בְּרֵיהּ פְּרִיטִין דִיהֵא פָּלִיג לְמִסְכֵּינַיָיא", שמואל'ס טאטע האט געגעבן פאר שמואל פרוטות ער זאל דאס אויסטיילן פאר ארימעלייט; אזוי זאלסטו טון יעדעס מאל ווען מען קלאפט ביי דיר פאר צדקה, שיק דיינע קינדער צום טיר מיט געלט צו געבן פאר'ן ארימאן.


זיי מחנך דיינע קינדער זיי זאלן אויך קיינמאל נישט אוועק שיקן קיין ארימאן פון טיר, און אז עס מאכט זיך אמאל אז דו האסט נישט קיין כח צו גיין צום טיר זאלסטו נישט אויסלערנען דיינע קינדער צו זאגן ליגנט: "די טאטע איז נישט אין שטוב"; סיי ווייל דאס איז א הירוס אין חינוך, אז מען לערנט דאס קינד זאגן ליגנט, חוץ מזה קען דאס זיין א סכנה ווייל מען קען נאכדעם באמת נישט זיין אין שטוב השם ישמרינו, נאר זאג זיי זאלן זאגן: "די טאטע קען נישט יעצט צוקומען" וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערמאנען דעם זוהר הקדוש וואס זאגט (וירא, קד.): "בְּשַׁעֲתָא דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא רָחִים לֵיהּ לְבַּר נָשׁ", ווען דער אייבערשטער האט ליב א מענטש, "מְשַׁדֵּר לֵיהּ דּוֹרוֹנָא", שיקט ער אים א מתנה, "וּמַאן אִיהוּ" און וואס פאר א מתנה שיקט אים דער אייבערשטער? "מִסְּכֵּנָא" - אן ארימאן, "בְּגִין דְּיִזְכֵּי בֵּיהּ", אז ער זאל טון מיט אים צדקה, וואס דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו אלע גרויסע זאכן.


איז ווען דו הערסט קלאפן ביים טיר פאר צדקה, אדער דו זיצט אין בית המדרש, צו ביי א חתונה וכו' און מען קומט צו דיר נאך געלט זאלסטו אויפטאנצן פאר שמחה פון דיין פלאץ אז דער אייבערשטער האט דיר ליב, און ער ווייזט ארויס זיין ליבשאפט צו דיר מיט דעם וואס ער האט דיר געשיקט א מתנה.


האסט היינט געלערנט א בלאט גמרא? האסט אריין געכאפט עפעס גוטס היינט? זיי נישט קיין בטלן; נעם יעצט א גמרא און לערן א בלאט גמרא. און אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער אן פארשטיין, אזוי וועסטו זוכה זיין צו אפמעקן אלע דיינע זינד.


אויך בעט איך דיר זייער זאלסט נישט אריין ברענגען ביי דיר עצבות און מרה שחורה; ווארף עס אוועק פון דיר. לאז אפ די עצבות, שוין גענוג געקרעכצט, יעצט הייב אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר.


מארגן נאכט געפאלט די יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מיר מאכן א סעודה אין ישיבה און איך האף דיר צו זען.


א גוטע נאכט.