מכתב יומי

יד שבט תשע"ט

January 20 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


 


יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט געפאלט 'חמשה עשר בשבט', זאלסטו זען צו מאכן א סעודה לכבוד חמשה עשר בשבט מיט דיין ווייב און קינדער.


זע צו עסן טייטלען ביי די סעודה, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצבות, סימן לה): "תְּמָרִים מְבַטְּלִין דְּאָגָה", אז מען עסט טייטלען גייען אוועק אלע דאגות; בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר און איך זאל נישט האבן קיין דאגות". מוהרא"ש ערקלערט וואס פאר א שייכות טייטלען האט מיט דאגות, מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה מה:): "מַה תָּמָר אֵין לוֹ אֶלָּא לֵב אֶחָד", פונקט אזוי ווי א טייטלבוים האט נאר איין הארץ, דאס הייסט אז די מח פונעם בוים צעשפרייט זיך נישט אין די צווייגן אזוי ווי ביי אנדערע ביימער, נאר עס בלייבט נאר אינעם שטאם, "אַף יִשְׂרָאֵל אֵין לָהֶם אֶלָא לֵב אֶחָד לְאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", אזוי אויך זענען די אידישע קינדער, זיי קוקן נאר צום אייבערשטן; דאס הייסט אז מען נעמט אריין אין זיך אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט דעמאלט פאלן אוועק אלע דאגות. ווען א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט אז קיינער קען אים גארנישט טון און עס איז גארנישט דא אויסער דעם באשעפער, ווערט ער רואיג און פרייליך און אלע דאגות גייען אוועק.


נאך זאגט מוהרא"ש, אז דאס גאנצע זיסקייט פון האניג וואס קומט ארויס פונעם טייטל קומט אונז ווייזן אז ווען א מענטש האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן – אזוי ווי דער טייטל - ער ווייסט קלאר אז אלעס וואס פאסירט מיט אים האט א פונקטליכע חשבון - איז אים זייער זיס.


איך קען נישט יעצט מאריך זיין, איך דארף גיין צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט געפאלט חמשה עשר בשבט, די צייט ווען די ביימער הייבן נאכאמאל אן צו שפראצן.


מיר קענען זיך ארויס לערנען זייער אסאך פון די ביימער, נאכדעם וואס א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי די תורה זאגט (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים.


מען קען זיך אפלערנען פונעם בוים וואס ווען עס איז נאך יונג און קליין קען מען עס בייגן וועלכע ריכטונג מען וויל, און אויב מען זעט אז דער בוים וואקסט פארדרייט קען מען עס נאך צוריקבייגן, אבער ווען דער בוים ווערט גרעסער און עלטער קען מען איר שוין נישט רירן. דאס ווייזט אונז אז מען דארף מחנך זיין די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג און קליין, דעמאלט איז גרינגער זיי זאלן ארויס רייסן פון זיך די שלעכטע מידות.


עס זענען דא עלטערן וואס מאכן א טעות מיט דעם וואס זיי מיינען אז קליינע קינדער דארף מען נישט מחנך זיין, מען דרוקט זיך אויס: "ווען די קינדער וועלן עלטער ווערן וועלן מיר זיי מחנך זיין". עס איז אבער נישט אזוי, און ווען קינדער ווערן עלטער איז שוין אסאך מאל צו שפעט, די וואס האבן פארנאכלעסיגט צו מחנך זיין זייערע קינדער אין די יונגע יארן וועלן זיך רייסן די האר פון קאפ וכו' פאר'ן נישט מחנך זיין די קינדער אין די ריכטיגע צייט. מען דארפן אכטונג געבן אויף די קינדער ווען זיי זענען נאך קליינע ביימעלעך, ווייל דעמאלט קען מען זיי שיין אויסגראדן, זיי אויסלערנען גוטע מידות, אויסלערנען צו רעדן איידל און זיך צו פירן איידל.


אזוי אויך דארף מען וויסן נאך א יסוד אז חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס, און קינדער וואקסן אויף אזוי ווי זיי זעען און הערן ביי זייערע עלטערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס וואס ער האט געהערט פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך אזוי וועלן זיינע קינדער זיך פירן.


א טאטע וואס גייט יעדן טאג דאווענען אין שול דריי מאל א טאג, וועלן זיינע קינדער דאס וועלן נאכמאכן. און אז דער טאטע דאוונט נישט, און ווען ער דאווענט שוין יא, איז עס אין שטוב ביים וואנט, ער מורמעלט אפאר ווערטער וכו' וכו' אן די בגדים וכו' וועלן די קינדער נישט גיין דאווענען. די פירות פונעם בוים וואקסן ווי אזוי מען פלאנצט איר; דערפאר זאלסטו פון היינט אנהייבן גיין אין שול יעדן טאג - זאל זיין וואס זאל זיין, יא געפיל נישט געפיל, יא געלט נישט געלט, יא שלום בית נישט שלום בית: 'איך גיי אין שול דאווענען', קענסטו זיין זיכער אז דיינע קינדער וועלן אויך גיין דאווענען.


דאס זעלבע איז מיט די טעכטער, ווי אזוי זיי זעען ביי זייער מוטער אזוי וועלן זיי אויסוואקסן. דערפאר דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען פירט זיך, וועט מען זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב לכבוד חמשה עשר בשבט, זע איר דאס איבער צו געבן נאך היינט נאכט אז זי זאלן קענען ארויס נעמען פון די בריוו גוטע קבלות פאר'ן היינטיגן טאג.


מרת ... תחי'.


היינט איז זייער א גרויסע טאג, עס איז היינט חמשה עשר בשבט - ראש השנה פאר די ביימער. מיר דארפן ארויס נעמען חיזוק פון די ביימער, ווי זיי הייבן אן פונדאסניי נאכמאל ארויס צו געבן פיינע פירות, אפילו עס איז אריבער אויף זיי א ווינטער סעזאן, שניי מיט רעגן, קעלט און ווינטן וכו' וכו', מיט דעם אלעם הייבן זיי אן מיט א פרישקייט נאכאמאל ארויס צו געבן געשמאקע פרוכט, אזוי דארפן מיר זיך אויך באנייען און נאכמאל אנהייבן ארויס צו געבן גוטע פרוכט.


וויסן זאלט איר אז די פרוי איז די עקרת הבית; די גאנצע שטוב ווענדט זיך אין די פרוי. אז די מאמע איז פרייליך וואקסן אויף פרייליכע קינדער און אז די מאמע איז שטענדיג אנגעצויגן וואקסן די קינדער אויף נישט געזונט, זיי וואקסן אויף מיט א פחד; דעריבער טראגט א מאמע א גרויסע אחריות, זי דארף זיך שטענדיג שטארקן מיט אלע כוחות ווייל אין איר ווענדט זיך אלעס.


אזוי אויך איז די גאנצע אידישקייט תלוי אין די מאמע, ווייל קינדער וואקסן אויף אזוי ווי די מאמע; אז די מאמע פירט זיך מיט יראת שמים, זי איז מקפיד אויף צניעות וועלן די טעכטער אויך זיין צניעות'דיג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא, וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה" – פארוואס רופט מען אן דינה 'די טאכטער פון לאה', פארוואס נישט 'די טאכטער פון יעקב?' "אֶלָּא עַל שֵׁם יְצִיאָתָהּ נִקְרֵאת בַּת לֵאָה, שֶׁאַף הִיא יַצְאָנִית הָיְתָה", ווייל לאה איז אויך ארויסגעגאנגען. דערפאר רופט מען איר אן די טאכטער פון לאה, צו ווייזן וואס עס האט צוגעברענגט אז זי זאל ארויס גיין אין די גוי'שע גאסן צווישן די אראבער, דאס אז איר מאמע פלעגט ארויס גיין, אזוי ווי עס שטייט (בראשית ל, טז): "וַתֵּצֵא לֵאָה לִקְרָאתוֹ"; און אויף דעם זאגט מען דעם משל: "כְּאִמָּה – בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך אזוי פירט זיך די טאכטער; אז די מאמע געבט אכטונג זיך נישט צו דרייען אין שטוב אן שטרימפ וועלן די טעכטער אויך זיין צניעות'דיג און איידל, אבער אז די מאמע דריידט זיך אן שטרומפ זאל מען נישט ווערן אנטוישט שפעטער ווען די קינדער וועלן גרויס ווערן אז זיי וועלן נאך מער פאלן בצניעות.


דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן בצניעות; בעט'ס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א געפיל צו צניעות. מיינט נישט אז צניעות איז א קנס זאך, קוקט'ס נישט אויף צניעות ווי כאילו מיר אידן זענען געשטראפט געווארן אז מיר טארן גארנישט, אדרבה, קוקט'ס אויף צניעות ווי א שיינע זאך, אז מיר זענען חשוב, און מיר זענען מער ווי חיות וואס האבן נישט קיין שום מאראל. ביי זיי איז נישט דא קיין קליידער, און אזוי אויך ביי די אומות העולם, זיי האבן אראפ געווארפן פון זיך דאס גאנצע מאראל. אבער מיר אידן זענען מענטשן, אזוי ווי דער פסוק רופט אן אידישע קינדער (יחזקאל לד, לא): "וְאַתֵּן צֹאנִי צֹאן מַרְעִיתִי, אָדָם אַתֶּם, אֲנִי אֱלֹקֵיכֶם", דער אייבערשטער זאגט איר זענט ביי מיר גערעכנט ווי מענטשן, דרש'ענען אויף דעם די הייליגע חז"ל (יבמות סא.): "אַתֶּם קְרוּיִין אָדָם, וְאֵין הָעוֹבְדֵי כּוֹכָבִים קְרוּיִין אָדָם"; איר ווערט אנגערופן מיט נאמען 'מענטש', אבער די אומות העולם זענען נישט קיין מענטשן, זיי זענען (יחזקאל כג, כ): "אֲשֶׁר בְּשַׂר חֲמוֹרִים בְּשָׂרָם", צוגעגליכן צו בעלי חיים.


אזוי ווי אברהם אבינו האט געזאגט פאר ישמעאל ווען ער איז געגאנגען שחט'ן יצחק אבינו (בראשית כב, ה): "שְׁבוּ לָכֶם פֹּה עִם הַחֲמוֹר", איך גיי מיט יצחק און דו בלייב דא שטיין מיטן אייזל, זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (קידושין סח.): "עַם הַדּוֹמֶה לַחֲמוֹר"; זיי זענען צוגעגליכן צום אייזל, ווייל ביי זיי איז נישט קיין חילוק יא אנגעטון נישט אנגעטון.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א סקול פאר אונזערע קינדער וואו מען ברענגט זיי אויף זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און צניעות'דיג - מיט א פרייליכקייט; זיי שעצן צניעות, זיי ווערן מחונך אז צניעות איז נישט א יאנטשי זאך, נאר צניעות איז אן ארויפגעקוקטע זאך. אנדערש ווי ביי אסאך מיידלעך וואס מיינען אז צניעות איז עפעס א קנס, כאילו מען האט גע'קנס'עט די אידישע טעכטער אז זיי דארפ'ן גיין אנגעטון איידל. דאס איז די סיבה פארוואס מען זעט נעבעך ווי אידישע טעכטער זוכן אראפ צו ווארפן פון זיך די צניעות; זיי מיינען אז דאס איז א שטראף, אבער באמת איז צניעות בכלל נישט קיין קנס, צניעות איז זייער א שיינע זאך.


איך בעט אייך זייער איר זאלט מחשיב זיין צניעות אפילו אייערע קינדער זענען נאך יונג. אפילו קליינע מיידלעך דארפן זיך אויך פירן מיט צניעות; יעצט איז די צייט וואס מען קען נאך רעדן צו זיי. אז מען איז מחנך ווען מען איז נאך יונג דעמאלט קען מען שפעטער ווייטער רעדן מיט זיי און זיי מחנך זיין, אבער אז מען לאזט די קינדער פריי וועט מען שפעטער חרטה האבן.


לערנט אייך ארויס פונעם בוים דער אופן ווי אזוי מען פלאנצט זיי, אז ווען זיי זענען נאך יונגע צווייגעלעך, יונגע ביימעלעך קען מען זיי נאך בייגן, און שפעטער ווען זיי וואקסן אויף וועט מען שניידן די גוטע פירות און איר וועט זוכה זיין צו הערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.