מכתב יומי

טז שבט תשע"ט

January 22 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אז דו ביסט אזוי מסופק וכו' און דו ווייסט נישט וואס צו טון וכו' זאלסטו נעמען דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות; שמועס זיך אויס דיין הארץ און לייג אויס דיינע ספיקות צום אייבערשטן כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי דו וואלסט זיך אויסגעשמועסט מיט דיינ'ס א חבר; בעט אים ער זאל דיר געבן אן עצה דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן רלח) אז דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאוונט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי געזאגט: "די ווערטער פון 'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צו אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן", אזוי זאלסטו טון, אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו טון די עצה פון התבודדות.


העלף ארויס מיט וואס דו קענסט נאר צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך מענטשן, וועסטו ווערן פרייליך; אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות, אות שמחה, סימן טז): "מִי שֶׁמְּפַרְסֵם אֶת הַצַּדִּיק, זוֹכֶה לְשִׂמְחָה", ווער עס פארשפרייט דעם צדיק ווערט פרייליך; קוק גוט וועסטו זען אז אלע וואס האבן א שייכות מיט הפצה זענען פרייליך און גוטמוטיג.


בעט איך דיר אויך מיין ליבער תלמיד ..., היינט ווען מיר שטייען פאר מוהרא"ש'ס יארצייט זאלסטו אנהייבן עוסק זיין אין די גרויסע מצוה פון צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן וועסטו אויך זיין פריש און פרייליך; גענוג געווען מיט די עצבות און מרה שחורה, גענוג געווען מיט מחלוקת און פאליטיק, שוין צייט אויסצואוואקסן די קטנות וכו'. הייב אן טון פאר אנדערע.


היינט נאכט וועלן מיר זיך צוזאמקומען אלע מפיצים, אלע וואס פאלגן דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן אנטרינקען ביימער (כמובא בסיפורי מעשיות מעשה ג', מחגר) צו די יארצייט סעודה לכבוד מוהרא"ש זכר צדיק לברכה. וואס זאל איך דיר זאגן, ווען איך דערמאן זיך פון מוהרא"ש ווער איך אזוי פרייליך און אזוי רואיג; איך דערמאן זיך וואס מוהרא"ש איז אריבער אין לעבן און מיט דעם אלעם האט ער זיך אזוי שטארק דערהאלטן - זיך מחזק געווען און מחזק געווען אידישע קינדער, דאס געבט מיר מוט ווייטער אנצוגיין אין לעבן, זיך מחזק זיין און מחזק זיין אנדערע מענטשן.


איך האף דיר צו זען אם ירצה ה'.