מכתב יומי
טו שבט תשפ"א
January 28 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בשלח, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז א טאג זיך צו באנייען, אלע ביימער הייבן אן פון פריש זיך באנייען; דו קענסט נאך אנהייבן פון פריש זיין אן ערליכער איד, געב נישט אויף, זאג נישט 'איך בין שוין דערנאך', זאג נישט 'איך בין שוין פארפאלן', זאג נישט 'פון מיר וועט שוין גארנישט זיין'; קוק אן די ביימער, עס איז אריבער אויף זיי א שווערע ווינטער, שניי, רעגן, האגל, אייז, ווינטן און וואס נישט, עס איז אריבער אויף זיי טויטע חדשים, דאך הייבן זיי פון פריש ארויסגעבן גוטע פירות; זאלסטו זיך אויך באנייען, אנהייבן פון פריש לערנען און דאווענען, "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה (דברים כ, יט)", דער מענטש איז צוגעגליכן צום בוים.
דאס ערשטע זאך טאנץ אריין אין מקוה! א בוים קען נישט וואקסן נאר מיט וואסער, אזוי אויך מוזן מיר זיך טובל'ן אין וואסער צו קענען וואקסן, צו קענען מצליח זיין. דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "איך בין צוגעקומען צו מיינע מדריגות ווייל איך האב זיך אסאך גע'טובל'ט"; ווייל ווי מער א מענטש גייט אין מקוה און ער טובל'ט זיך, איז ער ממשיך אויף זיך מער טהרה.
גיי אין שול; ווען ביסטו געווען דאס לעצטע מאל אין שול? ווען דיין שוואגער האט געמאכט א ברית? פארוואס זאלסטו נישט קומען אין שול דאווענען מיט מנין? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה", אזוי ווי א טייך נעמט ארויס טומאה, ווען א טמא'נער מענטש טובל'ט זיך ווערט ער ריין, "אַף אֹהָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", אזוי אויך איז א שול, ווען א מענטש קומט אין שול גייען אוועק פון אים אלע שלעכטס.
איך וויל דיר שרייבן מער, אבער איך בין יעצט טרוד, איך דארף גיין איינקויפן; איך מאך חתונה מיין זון הרב אלחנן חיים.
געדענק וואס רבי נתן האט זיך גע'חלומ'ט פון רבי'ן, ווי דער רבי זאגט אים: "דראפע זיך און דערהאלט זיך".
מוצאי שבת וועט זיין א יארצייט סעודה אין ישיבה לכבוד אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך האף דיר צו זען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.