מכתב יומי

כב שבט תשפ"א

February 04 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, כ"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז דא א שיעור, הלואי וועסטו קומען; עס איז זייער וויכטיג זיך אויפצופרישן, עס איז וויכטיגער פון אלצדינג.


ווער דארף נישט קיין חיזוק? ווער דארף נישט הערן נאכאמאל די פשוט'ע ווערטער ווי "דער אייבערשטער האט מיר ליב", "דער אייבערשטער הערט אויס יעדעס ווארט וואס איך רעד צו אים"?


איך בעט דיר זייער, קום; בלייב נישט אין שטוב, און זיכער זאלסטו נישט גיין מיט חברים פארברענען נעכט מיט נישט גוטע זאכן.


מוצאי שבת וועט זיין א מלוה מלכה - מסיבת הכרת הטוב פאר אלע אינגעלייט וואס העלפן חודש'ליך דעקן די רענט פונעם בנין הישיבה והתלמוד תורה והבית פיגא והדפסה והכולל וכו'; איך האף דו וועסט קומען אנטייל נעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.