מכתב יומי
יד שבט תשפ"א
January 27 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, י"ד שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט נאכט איז חמשה עשר בשבט. מוהרא"ש זאגט (ספר ט"ו בשבט): "וְנוֹהֲגִים לְהִתְאַסֵּף בַּבַּיִת כָּל הַמִּשְׁפָּחָה", מען פירט זיך צאמצונעמען די גאנצע משפחה, "לֶאֱכֹל בְּצַוְתָּא אֶת כָּל מִינֵי פֵּירוֹת", מען עסט אינאיינעם אלע סארט פרוכט, "וּמַרְבִּים לְסַפֵּר לִבְנֵי הַבַּיִת וְלַיְּלָדִים וּלְכָל הַמִּשְׁפָּחָה מִנִפְלְאוֹתָיו יִתְבָּרַךְ", מען דערציילט פאר די משפחה דאס גרויסקייט פונעם אייבערשטן, "אֵיךְ שֶׁבָּרָא כָּל פְּרִי וּפְרִי לֵהָנוֹת בּוֹ בְּנֵי אָדָם", די וואונדער פונעם אייבערשטן וואו אזוי ער מאכט וואקסן אלע פרוכט, "וּמְדַבְּרִים דִּבְרֵי תּוֹרָה, וְסִפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת הַשַּׁיָּכִים לַחֲמִשָּׁה עָשָׂר בִּשְׁבָט", מען רעדט דברי תורה און מען דערציילט מעשיות, "וְהוּא עִנְיָן גָּדוֹל מְאֹד לְחִנּוּךְ הַיְלָדִים", עס איז א גרויסע זאך און א וויכטיגע זאך פאר די קינדער.
דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט אנגרייטן פיינע פרוכט; זיץ אין שטוב מיט דיינע קינדער, רעד צו זיי פון דאס גרויסקייט פונעם אייבערשטן.
יעדע פרוכט האט אזעלכע שיינע זאכן וואס די הייליגע חכמים זאגן אונז; עס איז טאקע נישט גרינג צו זיצן מיט קינדער און פארברענגען מיט זיי, אבער עס צאלט זיך אויס.
אנשי שלומינו פירן זיך ווען מען עסט טייטלען בעט מען דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר, איך זאל נישט האבן קיין דאגות", דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצבות, סימן לה): "תְּמָרִים מְבַטְּלִין דְּאָגָה", טייטלען נעמט אוועק אלע דאגות; מוהרא"ש געבט אונז דאס צו פארשטיין, אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה מה:): "מַה תָּמָר אֵין לוֹ אֶלָּא לֵב אֶחָד, אַף יִשְׂרָאֵל אֵין לָהֶם אֶלָא לֵב אֶחָד לְאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דער טייטלבוים האט נאר איין הארץ, אזוי אויך אידישע קינדער קוקן מיט'ן גאנצן הארץ צום אייבערשטן; דאס איז די זיסקייט פון די טייטלען, א מענטש וואס האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן און ער ווייסט קלאר אז אלעס וואס פאסירט מיט אים האט א פונקטליכער חשבון - איז אים זיס.
ווען דו עסט דעם מילגרוים זאלסטו זיי דערציילן וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נז.): "אֲפִילוּ רֵיקָנִין שֶׁבְּךָ", אפילו מענטשן וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן אין עבירות, "מְלֵאִים מִצְוֹת כְּרִמּוֹן", זענען אנגעפילט מיט מצות ווי א רימון, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים ד, ג): "כְּפֶלַח הָרִמּוֹן רַקָּתֵךְ", אזוי ווי די קערלעך פון א מילגרוים - זענען די אידן; געב זיי צו פארשטיין אז א מילגרוים האט זעקס הונדערט און דרייצן קערלעך, דער צאל וויפיל מצוות מיר האבן.
איך קען נישט מאריך זיין, איך דארף אריינגיין צו די בחורים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.