מכתב יומי
טו שבט תשפ"ו
February 02 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז חמשה עשר בשבט, מוהרא"ש זאגט אז דא ליגט א וויכטיגע לימוד פאר אונז, עס איז אריבער א פארפרוירענע ווינטער אויף די ביימער, די ביימער זעען אויס טויט, זיי זענען טרוקן, קאלט, אן קיין בלעטלעך, אן גארנישט, און היינט – חמשה עשר בשבט – גייט אריין אין זיי א חיות, א לחלוחית, זיי הייבן אן צוריק לעבן, און ביז א קורצע צייט וועט מען שוין זען ווי זיי הייבן אן ארויסצוגעבן בלעטלעך און פרוכט; דאס איז חיזוק פאר אונז, אפילו מיר זענען געווען אויסגעטריקנט א שטיק צייט, מיר זענען א בחינה פון טויט, קאלט, נאכגעלאזט – קען מען פונדאסניי אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן, פון זיך מחי' זיין מיט די גוטע זאכן וואס מיר טוען, און דורך לערנען די הייליגע תורה.
די וואך ליינט מען די פרשה פון קבלת התורה, זאלסטו מקבל זיין די עול תורה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", אז ענק נעמען אויף זיך צו לערנען תורה און צו היטן די תורה – "מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִימֵיכֶם", רעכן איך ענק אזוי ווי ענק וואלטן קיינמאל נישט געזינדיגט; הערסט ווערטער?! אז מען לערנט תורה רעכנט עס דער אייבערשטער ווי מיר האבן בכלל נישט געזינדיגט.
ליבער ברודער, מיר שטייען שוין ביי די ענדע פון די ימי השובבי"ם, מיר דארפן זיך יאגן צו קענען מתקן זיין וואס מיר דארפן מתקן זיין, דורך לערנען די הייליגע תורה און נעמען אויף זיך צו לערנען תורה יעדן טאג, "מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִימֵיכֶם", רעדן איך כאילו ענק האבן קיינמאל נישט געזינדיגט.
מאך זיך א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מוהרא"ש זאגט, ער האט בקבלה פון אנשי שלומינו אז די שיחה פון 'כך וכך' האט דער געמיינט מיט דעם 'ח"י פרקים' משניות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
מיט תורה און תפילה וועלן מיר אלעס פאררעכטן, מיט זיך אויס'טענה'ן מיטן אייבערשטן, מיט גיין התבודדות און בעטן און בעטן אן אויפגעבן, שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער זיי מיך מקרב צו דיר, ברענג מיך נאנט צו דיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, איך האב אזא שווערע און גרויסע יצר הרע, אנא ה', העלף מיך איך זאל זיך קענען מתגבר זיין", וכו' וכו'.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "וואס האט א איד צו טון אויף די וועלט? נאר דאווענען און לערנען און דאווענען".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.