מכתב יומי

טז שבט תשפ"ו

February 03 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועלן מיר זיך צאמנעמען צו די יארצייט פון מוהרא"ש, זיך מחזק זיין מיט די אוצרות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש האט אונז שטענדיג מחזק געווען אויף שלום בית, מוהרא"ש האט אונז געלערנט נישט זיך טענה'ן מיט די ווייב, נאר מכבד זיין און רעדן שיין. עס איז נישט געווען א שיעור וואס מוהרא"ש זאל אונז נישט חזר'ן די שיחה פון רבי'ן (שיחות הר"ן סימן רסד), מיר זאלן האלטן חשוב די ווייב און רעדן שיין צו איר; וויל איך דיר בעטן דו זאלסט אויפבויען דיין ווייב, מאך איר פאר א זאך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי"; מוהרא"ש זאגט אז ווען ווערט די פרוי איינס מיט איר מאן? נאר ווען דער מאן מאכט איר פאר א כלי, ער בויט איר אויף, ער דערהייבט איר און ער שטארקט איר, דעמאלט ווערט זי איינס מיט איר מאן.


ליבער ברודער בוי אויף דיין ווייב, געב איר גוטע ווערטער, זיי נישט קיין אויבער חכם און טראכט 'עס פעלט נישט אויס פאר מיר די זאך', נאר נעם די בריוו, דאס איז וויכטיג פאר דיר, מען מוז האבן חיזוק אויף דעם, מען מוז געבן גוטע ווערטער, ווייל עס גייט אריבער שווערע ביטערנישן אויף די פרוי, פון וואס זי ליידט אלץ וכו' וכו', מען מוז איר אויפבויען.


איך דארף לויפן צו די בחורים זיי ווארטן אויף חיזוק, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.