מכתב יומי

טו תמוז תשע"ח

June 28 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן אז עס קומט נאך א חתונה אין ישיבה; גלייך נאך זוממער וועלן מיר האבן א חתונה אין ישיבה מיט א אידישן טעם. דאס וועט זיין די דריטע מאל וואס א תלמיד הישיבה האט חתונה אין ישיבה אן קיין אויסגעבן געלט און אן קיין חובות.


דער וואס האט נאך נישט חתונה געמאכט דער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף זיך אזוי איינ'עקשנ'ען חתונה צו מאכן אין ישיבה, אבער דער וואס האט שוין חתונה געמאכט מיט חובות - דער ווייסט שוין גאר גוט דאס חשיבות דערפון. עס איז נישט דא נאך אזא שמחה ווי די מחותנים קענען זיצן און עסן רואיג און זענען זיך משמח ווי ווען עס קאסט זיי גארנישט קיין געלט.


געווענליך ביי חתונות זענען אלע פרייליך; די געסט זענען גאר פרייליך, חתן כלה זענען משונה פרייליך, די מחותנים זענען אויך פרייליך - אבער עס דרוקט זיי די חובות. אסאך מאל דארף מען רופן 'הצלה' ביי א חתונה צום מחותן ווען עס הייבט אים אן דרוקן זיין הארץ פון די חובות אין וואס ער איז אריין. די חתונה ענדיגט זיך, אלע גייען אהיים, אלע פארגעסן וואס עס איז געווען, חוץ די מחותנים - זיי דארפן נעבעך בלוטן פון די חובות פון די חתונה נאכט, וואס האט געדויערט א נישטיגע פינף שעה.


מיר גייט אין לעבן אז מיינע תלמידים זאלן נישט האבן קיין חובות; איך וויל אויפשטעלן א קהלה וואו מען וועט לעבן פאר זיך - נישט פאר א צווייטן, א שמחה זאל זיין מיט א אידישן טעם, מען זאל זיין פרייליך ביי א שמחה, מען זאל הנאה האבן יעדע מינוט פון די שמחה, עס זאל זיין מיטן אייבערשטן - אן בארגן און אן גנב'נען פון א צווייטן. ווען מען בארגט געלט און מען ווייסט בשעת'ן בארגן אז מען גייט נישט באצאלן - איז מען א גנב, אזוי ווי עס שטייט (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם", איינער וואס בארגט געלט און באצאלט נישט - איז א רשע; איך זע ווי אינגעלייט מאכן טייערע שמחות ווען זיי האבן נישט קיין געלט, זיי טון דאס כדי נישט צו ווערן פארשעמט פון די וואס מאכן טייערע שמחות, האב איך אפגעמאכט אז ביי אונז וועט זיין פארשעמט דער וואס מאכט טייערע שמחות.


דאס איז נישט נאר ביי חתונות, דאס איז ביי בר מצוה'ס, ביי וואכטנאכט'ס, ביי ברית'ן און ביי אפשערן'ס; ווער עס מאכט פשוט'ע שמחות - דער האט שכל, און ווער עס מאכט טייערע שמחות איז עתיד ליתן את הדין. דעריבער איז מיר א גרויסע שמחה אז תיכף נאכן זוממער וועט פארקומען א חתונה אין ישיבה מיט א אידישן טעם; אלע זיבן בעטלער'ס וועלן זיך באטייליגן ביי די חתונה, און די פאר-פאלק וועלן זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


איך האף אז דו וועסט האבן שכל און דו וועסט אויך מאכן פשוט'ע שמחות, דו וועסט אויך חתונה מאכן אין ישיבה פשוט מיט א אידישן טעם און דו וועסט נישט זינקען אין חובות; ווי קען מען דאווענען ווען מען קומט פאר א צווייטן געלט?! ווי קען מען לערנען ווען מען איז שולדיג געלט?! ווי האט מען א קאפ ווען מען דערטרינקט זיך אין חובות?! דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב", ווער עס וויל תשובה טון, "יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", זאל זיך אכטונג געבן נישט צו האבן קיין חובות; אז דו מאכסט ביליגע שמחות טוסטו פאר קיינעם נישט קיין טובה - נאר פאר דיר אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען חתונה מאכן אונזערע קינדער יונג ווען זיי זענען נאך ריין; מיר וועלן נישט דארפן אויפהאלטן אונזערע קינדער ביז זיי ווערן אלט ווייל מיר האבן נישט קיין געלט, ווייל עס וועט גארנישט קאסטן חתונה צו מאכן אין ישיבה. די סעודה פאר חתן כלה, מחותנים און געשוויסטער שטעלט די ישיבה צו, די מוזיק איז בחנם דורך א סידי, דער שמש - האברך היקר ... נרו יאיר - וועט אויסרופן ביי די חופה און אויסגראמען די מחותנים, מצוה טאנץ איז נאר פאר זיידעס, עלטערן און חתן כלה. מוהרא"ש שרייבט אין ספר "יום הנישואין" זייער שארף אנטקעגן די מנהג וואס לצים האבן אריין געברענגט אין כלל ישראל אז מען רופט אויס טאנצן פאר די כלה פעטערס און חברים וכו'; קוק אריין וואס מוהרא"ש שרייבט דארט אז דאס איז א גרויסע פירצה און מען טאר דאס נישט טון. אזוי וועט זיך די חתונה ענדיגן פרי, מען וועט קענען אויפשטיין אינדערפרי ווייטער אנגיין מיט די שיעורים כסדרן און קיין חובות און אן קיין דאגות.


איך זאג צו פאר אלע מיינע תלמידים וואס וועלן חתונה האבן אין ישיבה ערליכע דורות, קינדער יראי ה', קינדער וואס וועלן לעבן מיטן אייבערשטן.


זיי געזונט און שטארק.