מכתב יומי
יד תמוז תשע"ח
June 27 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר געפונען זיך יעצט חוץ לישוב, מיר זענען אין "מחנה היכל הקודש ברסלב" מאנטיסעלאו. א פלאץ פון קדושה, א פלאץ פון טהרה; א פלאץ וואו מען קען זיך אביסל אויסקלארן דעם קאפ.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רכז): צווישן די גראז גייט בעסער די התבודדות, זיי העלפן מען זאל זיך קענען עפענען דאס הארץ צום אייבערשטן.
אפילו דו ביסט געפאלן אין א בלאטע, בלייב נישט ליגן דארט; דער רבי זאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע גייט מען א פיס אריין א פיס ארויס, דער עיקר טאר מען נישט בלייבן שטיין מיט ביידע פוס"; א פיס אריין א פיס ארויס, א פיס אריין א פיס ארויס - ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע מעשים.
מיר געפונען (חולין נא:; שלחן ערוך יורה דעה, סימן נח) ווען א בהמה פאלט אראפ דארף מען חושש זיין אז דאס איז א טריפה און אויב מען שחט דאס גלייך נאכן אראפפאלן טאר מען נישט עסן די פלייש ווייל אפשר איז דאס א טריפה, אבער אויב די בהמה הייבט זיך אויף און עס גייט - איז דאס נישט קיין טריפה; דאס זעלבע איז ביי א נפילה וואס א מענטש גייט אריבער, "נָפְלָה" - אז מען איז אראפ געפאלן, "וְעָמְדָה" - און מען הייבט זיך אויף, מען דערהאלט זיך - איז מען נישט קיין טריפה. אזוי אויך "נָפְלָה וְהָלְכָה", אויב מען מען גייט ווייטער אן אין עבודת השם, מען גייט אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, מען טוט חסד מיט א צווייטן, מען לערנט די הייליגע תורה - איז אויך א סימן איז מען איז נישט קיין טריפה.
דאס לערנט אונז דער הייליגער רבי: "מיר זאלן ווייטער אנגיין אפילו דער יצר הרע ווארפט אונז אראפ"; מען זאל זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, נאר זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, העלף מיר איך זאל נישט טון קיין שלעכטע מעשים. הייליגער באשעפער! זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים וואב איך האב געטון".
אז מען איז זיך מתודה פארן אייבערשטן נעמט מען אוועק אלע דינים וואס דארפן קומען אויפן מענטש ווען מען זינדיגט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה כ, טו): בִּלְעָם הָיָה רָשָׁע עָרוּם, וְיוֹדֵעַ שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי, אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", ווען בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט פאר אים מיט א שווערד האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי", ווייל ער האט געוואוסט דעם סוד אז ווער עס איז זיך מתודה און זאגט "חָטָאתִי" קען אים קיינעם נישט שלעכטס טון, אפילו א מלאך קען אים נישט אנרירן. דעריבער האט ער גלייך ארויסגעזאגט דעם ווארט "חָטָאתִי", אז דער מלאך זאל אים נישט קענען שלעכטס טון.
איז דאך זיכער אז ווען א מענטש איז זיך מתודה און זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם! זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, חָטָאתִי עָוִותִי וּפָשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ, איך האב געטון נישט גוטע זאכן. העלף מיר אייבערשטער, איך וויל דאס נישט טון, איך וויל זיין אן ערליכע איד", דורכדעם נעמט ער אוועק פון זיך אלע דינים און אלע עונשים, ווייל אז מען טוט תשובה זאגט דער אייבערשטער: "מִיָּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם (תורת כהנים, בחקתי)".
מוהרא"ש האט מיר אמאל געבעטן אינמיטן א ליל שישי שיעור איך זאל מאכן א ניגון אויף די ווערטער: "מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף"; מען זאל דאס זינגען און טאנצן מיט די ווערטער: "מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף". כדי מען זאל שטענדיג געדענקען אז אפילו מען פאלט אראפ זאל מען זיך אויפהייבן, נישט בלייבן ליגן אין עצבות ומרה שחורה ווייל דעמאלט איז מען א טריפה, אבער אז מען הייבט זיך אויף איז מען נישט קיין טריפה, דעמאלט איז מען א כשר'ער איד, ווייל "נָפְלָה - וְעָמְדָה", אדער "נָפְלָה - וְהָלְכָה", איז א סימן אז מען איז כשר.
איך האף אז דו ליינסט מיינע בריוו וואס איך שרייב דיר; איך ווארט צו הערן פון דיר ...
זיי געזונט און שטארק.