מכתב יומי
כ תמוז תשע"ח
July 03 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער רבי האט געזאגט: "העיקר מה שקורין זיך דערהאלטן"; ווייל אויף די וועלט פראבירט מען אויס יעדן איינעם מיט שווערע נסיונות, אלעס נאר ווייל מען וויל זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן ווען ער האט א צרה. צי דער מענטש וועט ארויס זאגן פון מויל א ווארט צום אייבערשטן.
דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות נישט אראפ צו פאלן ווען עס גייט אויף דיר אריבער שוועריקייטן; זאג ארויס א ווארט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר! העלף מיר איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, נאר אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר איז מיט א פונקטליכער חשבון".
זיי געזונט און שטארק.