מכתב יומי
טו תמוז תשע"ט
July 18 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איין ווארט האב איך פאר דיר: "דו ביסט א גרויסער רחמנות!" דו טוסט אזויפיל סגולות און גוטע זאכן כדי צו מצליח זיין אין פרנסה אבער נאכדעם וואס דו האסט שוין גע'פועל'ט, עס עפנט זיך אויף די הימל דיר אראפצושיקן שפע, פארפאטשקעסטע אלעס.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) אז 'כעס' און 'געלט' קומען פון די זעלבע פלאץ און יעדעס מאל עס איז באשערט עס זאל קומען אויף א מענטש א רייכטום קומט דער יצר הרע – וואס פארגינט נישט דעם מענטש ער זאל ווערן רייך – און ברענגט אים א נסיון פון כעס, און ווען דער מענטש רעגט זיך אויף פארלירט ער די גאנצע עשירות וואס ער האט געדארפט באקומען; דער רבי זאגט דארט אן אינטערעסאנטע זאך, אז כעס איז אזא שטארקע נסיון אז אפילו דער מענטש ווייסט אז דורך די כעס וועט ער פארלירן זיין עשירות - דאך רעגט ער זיך אויף, ממש מען פארלירט די שכל, אזוי שטארק איז די נסיון פון כעס.
ווען איינער רעגט דיר אויף, אנשטאט ווערן בכעס און פארלירן די עשירות ברוחניות ובגשמיות - זאלסטו אנקוקן יענעם מיט רחמנות, וועט די גאנצע כעס אוועק גיין פון דיר.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח, אות ב) דער וואס דרייט איבער פון כעס אויף רחמנות איז זוכה צו א גוט לעבן; יעדעס מאל מען האט צו טון מיט א צווייטן מענטש, אויב מען לייגט אריין אין די מעשה דאס ווארט "רחמנות" טוישט זיך די גאנצע מעשה.
געלויבט דעם אייבערשטן מען האט גוט פארמאכט דעם דאך אין אומאן ביים בנין החדש; געב א קוק ווי מיר האבן שוין כמעט געענדיגט דעם בנין אן קיין עשירים, ממש ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געבויט דעם קלויז נישט מיט געלט פון עשירים נאר מיט די רצונות פון ארימעלייט"; אזוי איז ביי אונז, געב א קוק אזא בנין מפואר וואס האט זיך געבויט און בויעט זיך ווייטער נאר מיט די רצונות פון אנשי שלומינו וואס ווילן זיין צוזאמען כאיש אחד בלב אחד, דאווענען און עסן צוזאמען, שמועסן און פארברענגען מיט אנשי שלומינו תלמידי מוהרא"ש.
עס הערט זיך שוין אין הארץ דעם זיסן ניגון: "אומאן אומאן ראש השנה, אומאן אומאן ראש השנה...", אשרינו מה טוב חלקינו!