מכתב יומי
יד תמוז תשע"ט
July 17 2019
‹ ›[די ביינאכט און *בחורים* בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט מותר געווען און נאכגעגעבן פאר דיין ווייב וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט:): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא, גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", אז דיין ווייב איז קליין וכו' בייג זיך אראפ צו איר און הער וואס זי זאגט דיר, אזוי ווי די גמרא זאגט דארט: "בְּמִילֵי דְּעָלְמָא" און "מִילֵי דְבֵיתָא", ווען עס קומט צו שטוב זאכן, אדער סתם וועלטליכע זאכן זאל מען אויסהערן די ווייב; מען ווערט נישט ווייניגער חשוב אויב מען געבט נאך, און מען ווערט נישט קלענער ווען מען פירט נישט אויס.
פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט מדקדק זיין אויף דיין ווייב אז זי קויפט אירע זאכן; דו זאלסט שטענדיג ברענגען געלט פאר אירע זאכן. גיי אביסל הפצה וועסטו האבן וואס אהיים צו ברענגען.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין פד:): "מַאי דִּכְתִיב (תהלים קיב, ה): טוֹב אִישׁ חוֹנֵן וּמַלְוֶה יְכַלְכֵּל דְּבָרָיו בְּמִשְׁפָּט? לְעוֹלָם יֹאכַל אָדָם וְיִשְׁתֶּה פָּחוֹת מִמַה שֶׁיֵשׁ לוֹ, וְיִלְבַּשׁ וְיִתְכַּסֶּה בַּמֶה שֶׁיֵשׁ לוֹ, וִיכַבֵּד אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו יוֹתֵר מִמַה שֶׁיֵשׁ לוֹ", א מענטש זאל נוצן זיין געלט צו קויפן פאר זיך צו עסן ווייניגער וויפיל ער האט און פאר זיין ווייב און קינדער זאל ער געבן מער וויפיל ער האט; ווער עס פירט זיך אזוי דער איז אן ערליכער איד.
עקשן זיך נישט; מיט ותרנות און אביסל סבלנות וועסטו אנקומען אסאך ווייטער. דו ווייסט דאך אז דער רבי האט זיך קיינמאל נישט איינגע'עקשנ'ט, ביי קיין שום פאל; דער רבי האט געזאגט זיין מיינונג און אז מען האט אים נישט געוואלט צוהערן האט ער זיך נישט געקריגט מיט קיינעם.
עס זענען דא זייער אסאך סיפורים ווי מען האט נישט געוואלט פאלגן דעם רבי'ן, מען האט גע'טענה'ט מיטן רבי'ן און דער רבי האט זיך נישט גע'עקשנ'ט, אבער צום סוף האט מען געזען אז דער רבי איז געווען גערעכט.
איך ווארט דו זאלסט מיר שרייבן דיינע שיעורים און סיומים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וויסן זאלסטו אז דער הייליגער רבי קען יעדן איינעם פאררעכטן; אז מען פאלגט דעם רבי'ן קען מען ארויס גיין פון די גרעסטע זומפ וואו מען איז נאר פארזינקען. דער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט קיין לערנען אדער מען האט אנדערע תירוצים זאל מען גורס זיין די ווערטער פון די תורה, מען זאל זאגן און זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין - דאס נעמט ארויס דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.
בעט איך דיר טייערער ליבער ברודער, נעם א משניות און הייב אן גורס זיין א פרק נאך א פרק; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט נאכדעם וואס דיין מח איז דיר אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. קוק נישט אויף קיינעם און הער נישט אויס קיינעם, עס זאל דיר נישט אנגיין די אלע וואס וועלן לאכן פון דיר פון דעם וואס דו דאוונסט משניות, דו קוק נאר אויף דיר אליינס וועט דיר גוט זיין.
וואו גייסטו ביינאכט? וואו דרייסטו זיך?! דו ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט דיר און זעט וואס דו טוסט? דו מיינסט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן?! דער אייבערשטער זאגט (ירמיהו כג, כד): "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'" ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל; אנשטאט גיין צו עבירות אדער זיצן פארשקלאפט קוקנדיג מאווי"ס וכו' נעם ענדערש א משניות און הייב אן זאגן פרקים משניות, דאס וועט דיר אויסרייניגן דיין מח, עס וועט דיר געבן לעבן און דיר פרייליך מאכן.
אנשטאט גיין ביינאכט מיט חברים אויף שלעכטע פלעצער רחמנא לצלן בלייב ענדערש אין שטוב, עס איז נישט קיין תירוץ אז די ווייב איז אין קאנטרי צו קענען לעבן בהפקירות.
איך וויין און איך בין בצער פון דיין התנהגות; איך האב רחמנות אויף דיר, אויף דיין נשמה און זיכער אויף דיינע קינדער און אויף דיין אומשולדיגע ווייב. פאלג מיר, לאז אפ די נישט גוטע וועג; אדער קום ארויס צו דיין ווייב יעדן איינציגסטן טאג אין קאנטרי אדער גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פארטאגס לערנען און דאווענען, אבער חס ושלום גיין טון עבירות.
איך ציטער פון דעם וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן שד): "אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן", אויב מען היט זיך נישט און עס ווערט אויס נסיון ווערט בזיונות השם ירחם.
נאכאמאל, נעם יעצט א משניות; לייג אוועק דיין טעלעפאן, לעש דאס אויס און וואש זיך אפ מיט די ווערטער פון די הייליגע תורה וועט דיר גוט זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
איך ווייס די צער וואס דו גייסט אריבער און איך האב נישט קיין מנוחה דערפון; איך בעט דעם אייבערשטן טאג און נאכט פאר דיר דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך, איך בין זיכער אז נאך אביסל וועסטו ווערן א חתן למזל טוב.
הייב אן מיט א פרישקייט לערנען גמרא, דער הייליגער רבי האט געזאגט אז ווען א מענטש איז זוכה צו ענדיגן ש"ס איז ער ממשיך אויף זיך א צלם אלוקים; דאס מיינט אויף אלע בחינות - סיי בפשטות אז מען באקומט א ליכטיגע פנים, א צלם אלוקים; אזוי אויך איז מען זוכה צו טרעפן די באשערטע זיווג, אזוי ווי דער אריז"ל זאגט אז ווען מען האט חתונה באקומט מען א צלם אלוקים.
זיי נישט קיין בטלן, יעצט אין קעמפ איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד; גיי אביסל שפאצירן און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין אפגעהיטן נישט צו טון עבירות און וואו דו פאלסט אראפ, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א רעש עס ווערט אויבן אין הימל ווען א בחור זאגט פאר'ן אייבערשטן: "באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט זינדיגן, וואס זאל איך טון דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל אין עבירות וכו'; איך וויל חתונה האבן, אז איך וועל חתונה האבן וועל איך מער נישט טון די עקעלדיגע עבירה"; ווען א בחור זאגט דאס פאר'ן אייבערשטן ווערט אויבן אזא רעש אז אלע מקטריגים אנטלויפן, זיי שעמען זיך מיט זייערע קטרוג וואס זיי שטייען א גאנצן טאג און זענען מקטרג אויף בחורים וכו', ווייל דער אמת קומט ארויס און מען זעט קלאר אז בחורים זענען נישט שולדיג.
איך האב דיר ליב, דו ביסט מיר איינגעקריצט אין מיין הארץ.