מכתב יומי
כ אב תשפ
August 10 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט לערנען יעדן טאג; אנגעהויבן מיט אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך, זונטאג זאלסטו לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, ביז מען ענדיגט די גאנצע סדרה.
זע צו לערנען יעדן טאג אביסל גמרא; היינט זענען מיר מסיים מסכת שבת און מארגן הייבן מיר אן מסכת עירובין. מען האט נישט לאנג צוריק אנגעהויבן ש"ס און מען הייבט שוין אן די דריטע מסכתא, בעט איך דיר זאלסט לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא; גמרא וואשט אפ דעם מענטש פון אלע שמוץ, גמרא פארברענט אלע שלעכטס און אלע קליפות. וועגן דעם זעט מען אז דער יצר הרע שטעלט זיך אין די לענג און אין די ברייט נישט צו לאזן עפענען די גמרא; ער האט זייער מורא פון גמרא.
נעכטן נאכט האבן מיר געמאכט א שיינע סיום מסכת שבת צוזאמען מיט א מסיבת חנוכת הבית פאר'ן נייעם בנין פון אונזער תלמוד תורה אין קרית ברסלב; עס איז געווען זייער א שיינע מעמד, צו זען ווי אלע תלמידי הישיבה און אנשי שלומינו נעמען זיך צאם מיט די גאנצע משפחה, די ווייב און קינדער - דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון רבי'ן און אז מיר זענען מחנך אונזערע קינדער אויפ'ן וועג ווי אזוי דער רבי האט אונז געלערנט.
מאך א סיום אין שטוב; דיינע קינדער זאלן זען אז דיין לעבן איז לערנען, דיינע קינדער זאלן אויפוואקסן און וויסן אז לערנען און ענדיגן מסכתות איז א חלק פון לעבן.
אז מען עפנט נישט דעם הייליגן גמרא איז מען אין א גרויסע בלאף; אלעס אויסער די גמרא איז נאריש. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בתחלת ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", איך בעט דיר מיין טייערע איידעם, זע צו לערנען יעדן טאג גמרא און שולחן ערוך, און מאך נישט פון טפל אן עיקר; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.
לערן דעם בלאט גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט זאלסטו זאגן די ווערטער, די תורה וועט דיר ראטעווען פון דיין שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וויפיל איך זאל דיר נאר שרייבן זע איך אז איך דארף דיר ווידער שרייבן און דיר מחזק זיין זאלסט אכטונג געבן נישט צו קוקן עבירות; ווען דו זאלסט וויסן וויפיל שווערע פלאג מען ברענגט זיך דורך דעם וואס מען קוקט עבירות, וויפיל ארעמקייט מען ברענגט זיך דורכן קוקן מאווי"ס - וואלסטו זיכער אוועק געווארפן די אלע זאכן און זיך אכטונג געגעבן וואס דו קוקסט.
איך ווייס עס איז דיר שווער, איך ווייס אז דו האסט א ברענעדיגע יצר הרע צו קוקן, אבער מיר האבן דאך די עצה פון רבי'ן; דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי מיר קענען זיך ראטעווען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, נעם די עצה פון התבודדות; זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן ריינע אויגן, בעט אים:
"הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, עס ברענט אין מיר אזא פייער, דער יצר הרע פלאקערט אין מיר איך זאל קוקן אויף עבירות; איך זוך אויף אלע פלעצער וואו מען קען זען עפעס עבירות און איך פאל אראפ אין פגם הברית. הייליגער באשעפער איך קען נישט מער, איך זינק אין טומאה, איך זינק אין שווערע טומאה, איך וויל אזוי שטארק זיין גוט, איך וויל זיין הייליג און ריין, עס גייט מיר נישט!
אייבערשטער, איך פרוביר שוין אזוי לאנג; איך פרוביר און עס גייט מיר נישט. איך שעם זיך פון דיר, איך שעם זיך פון מיר אליינס וואס איך קוק און טו; האב רחמנות אויף מיר, נאר דו קענסט מיר העלפן, נאר דו ווייסט אז טיף אין מיין הארץ וויל איך זיין גוט".
שרייען און שרייען צום אייבערשטן - דאס איז אונזער עצה; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין! וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש, אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויס קריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".
אנשטאט קוקן דעם טעלעפאן קוק די הייליגע גמרא, די הייליגע משניות; אנשטאט שפילן מיט'ן טעלעפאן זאלסטו מישן די בלעטער פון די משניות, די בלעטער פון די גמרא, דורכדעם וועסטו פטור ווערן פון אלע טונקלקייטן, פון אלע צרות; דו וועסט האבן גרינג פרנסה, אלעס וועט זיך דיר טוישן צום גוטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.