מכתב יומי
כא אדר א' תשע"ט
February 26 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן דעם רבי'ן וואס ווייזט אונז דעם ריכטיגן וועג ווי זיך צו פירן. אפילו אז א מענטש האט נישט קיין שכל און פארשטאנד - אויב פאלגט ער דעם רבי'ן און ער נעמט דעם רבי'ן פאר זיין וועג ווייזער וועט ער מצליח זיין און האבן א חיים טובים, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן סז): "כִּי עִקַּר שִׁגָּעוֹן שֶׁל כָּל הַמְשֻׁגָּעִים הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁהוּא אֵינוֹ מְצַיֵּת וְשׁוֹמֵעַ לְדִבְרֵי הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל", פארוואס ווערט א מענטש משוגע? ווייל ער פאלגט נישט אן אמת'ן חכם און אן אמת'ן צדיק, "כִּי הַמְשֻׁגָּע - אִם הָיָה שׁוֹמֵעַ וְצַיָּת לְדִבְרֵי אֲחֵרִים שֶׁהֵם הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, בְּוַדַּאי לֹא הָיָה מְשֻׁגָּע כְּלָל", ווייל ווען דער מענטש וואס איז פול מיט מושגעת'ן - אויב וואלט ער געפאלגט א חכם וואלט ער געווארן אויס משוגע.
דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "די גאנצע וועלט איז משוגע - און איך אויך, אבער איך האב געקענט א קלארן"; מיינענדיג צו זאגן אז ער האט געקענט דעם רבי'ן און אים גייט ער נאך און אים פאלגט ער. אזוי אויך האט רבי אברהם בן רבי נחמן געזאגט: "איך בין צוגעגליכן צו א ננס (א קליינטשיגער מענטש) וואס זיצט אויף די פלייצע פון א גרויסן מענטש"; דאס הייסט, ווי קליין דער מענטש זאל נאר זיין און ווי נאריש מען זאל נאר זיין, אויב מען נעמט דעם רבי'ן און מען פאלג אים האט מען א גוט לעבן.
איך בעט דיר זייער געב אכטונג נישט צו האבן אין זיך די שלעכטע מידה פון קמצנות; געלט איז געמאכט צו נוצן, אז דיין ווייב דארף עפעס האבן אין שטוב געב איר געלט. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע געלט קומט נאר בזכות דעם וואס מען איז מכבד די ווייב; דערפאר, אז דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב וועסטו האבן גרויס שפע.
דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר, הקדמה ב.): "קַמְצָן נָבָל בְּמָמוֹנֵיהּ, דְּלָאו אִיהוּ נָדִיב וְלָאו אִיהוּ מִזַרְעָא דְאֲבָהָן", א קמצן איז א נבל, און דאס איז א סימן אז ער שטאמט נישט פון אידן רחמנא לצלן; זיין קארג איז נישט א אידישע סימן.
אנשטאט דו זאלסט זיך אהער שטעלן צווישן חברים ווי א מענטש מיט א ברייטע הארץ זאלסטו עפענען דיין הארץ פאר דיין ווייב און קינדער; פון אינדרויסן קען מען גארנישט זען, עס קען זיך דאכטן אמאל אויף א מענטש אז ער איז א וואוילער מענטש, נאכדעם וואס ער איז מנדב וכו', ער קויפט עליות, ער שנאדערט וכו', אבער אין שטוב איז ער א פשוט'ער רוצח, ער פייניגט זיין ווייב און צאפט איר דאס בלוט ווען זי בעט אים אפאר דאללער, ער לאזט איר נישט נעמען א העלפער צו רוימען די שטוב און ער לאזט איר נישט קויפן וכו', בשעת וואס פאר זיך פאטשקעט ער געלט; ער רייכערט ציגרעטלעך ווי א קוימען, קויפט און טרינקט אלקאהאל וכו'.
זיי געזונט און שטארק.