מכתב יומי
יז אדר תשפ
March 13 2020
‹ ›[די פרויען בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תשא-פרה, י"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך ליינען מיר די פרשה פון פרה אדומה; מיר רייניגן זיך פון טומאת מת. מיר זענען אלע פארשמירט פון קאפ ביז פיס מיט טומאת מת; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמב): "הִרְהוּרִים שֶׁל נִיאוּף, הֵם בְּחִינַת אֲבִי אַבוֹת הַטוּמְאָה, בְּחִינוֹת מֵת", ווען מען טראכט שלעכטע מחשבות ווערט מען טמא בטומאת מת, ווען מען טראכט מחשבות פון ניאוף רחמנא לצלן, ווערט ער טמא מיט טומאת מת וואס דאס איז די שטערקסטע טומאה - אבי אבות הטומאה, און דורך דעם כהן ווערן מיר ריין; דער כהן איז דער צדיק, דער צדיק וואשט אונז אפ און מאכט אונז ריין.
מיר דארפן נאר אכטונג געבן נישט צו מטמא זיין דעם כהן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יט, א) אויפ'ן פסוק (איוב יד, ד): "מִי יִתֵּן טָהוֹר מִטָּמֵא? לֹא אֶחָד"; מען זעט אן אינטערסאנטע זאך, די אלע וואס זענען עוסק מיט'ן פרה אדומה ווערן טמא, ווידער די פרה אדומה רייניגט די וואס זענען טמא, דאס פרעגט איוב: "מִי יִתֵּן טָהוֹר מִטָּמֵא?" ווער קען מאכן מען זאל ווערן טהור פון א זאך וואס איז טמא? נאר דער אייבערשטער - ער קען מאכן צוויי פארקערטע זאכן, "אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא: חֻקָּה חָקַקְתִּי, גְזֵירָה גָּזַרְתִּי, אִי אַתָּה רַשַּׁאי לַעֲבוֹר עַל גְּזֵרָתִי" - דאס איז א חק אן א טעם.
מוהרא"ש זאגט אז דער חק פונעם פרה אדומה קען מען נאך היינט זען מיט די אייגענע אויגן; א מענטש קומט צום צדיק אנגעפילט מיט עבירות פון קאפ ביז פיס, ער ליגט נעבעך אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. דער צדיק געבט זיך אפ מיט אים, ער הערט אים אויס, ער רעדט מיט אים, ער געבט אים עצות ווי אזוי ער זאל קענען ארויס קריכן פון די שמוץ; דער צדיק טוט אים אן שיינע קליידער, צוביסלעך הייבט ער אן צו לערנען און דאווענען; דער צדיק לאזט זיך אראפ צו אים, ער ווייזט אים א וועג ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, ער דארף רעדן מיט אים און מיט'ן ווייב - זיי אויסלערנען און ווייזן ווי אזוי מען לעבט, דער צדיק איז מטהר דעם איש טמא, דאס איז 'לטהר טמאים', נאכדעם ווערט 'לטמא טהורים'; אסאך מאל הויבט דער מענטש אן נאכדעם צו קריגן אויפ'ן צדיק, ער זאגט אז דער צדיק וואס האט אים אפגעוואשן און זיך געפארעט מיט אים איז טמא.
זאגט מוהרא"ש אז דאס איז דער חק פון פרה אדומה (במדבר רבה, שם): "כָּל הָעוֹסְקִין בַּפָּרָה מִתְּחִלָּה וְעַד סוֹף, מְטַמְאִין בְּגָדִים", דער וואס איז עוסק מיט דעם ווערט טמא, אבער: "הִיא גּוּפָהּ מְטַהֶרֶת בְּגָדִים", ער אליין מאכט יענעם טהור; דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן נישט מטמא זיין דעם כהן וואס מאכט אונז טהור און מיר זאלן שטענדיג געדענקען ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען פאר מיר האבן געטראפן דעם הייליגן רבי'ן, וואס דער רבי האט געטון מיט אונז און וואס ער טוט מיט אונז ווייטער; מיר זאלן בלייבן ביים רבי'ן, דער רבי זאל אונז וואשן און וואשן ביז מיר וועלן זוכה זיין צו וואס דער רבי וועט אונז צוברענגען.
איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, עס איז א שאד יעדן טאג וואס דו לערנסט נישט דעם בלאט גמרא; דאס וועט דיר העלפן מיט אלע דיינע נסיונות, דאס וועט דיר געבן כח זיך צו שטארקן אויף די ברענעדיגע יצר הרע. מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט פון הייליגן בעלזא רב, רבי יהושע'לע זכותו יגן עלינו, אז ער האט געזאגט: "איך האב געזען מענטשן וואס זענען געלעגן אין זייערע יונגע יארן אין שמוץ, זיי זענען געווען אין שאול תחתית רחמנא לצלן, און זיי האבן זיך אונטער גענומען צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דורך דעם זענען זיי ארויס געגאנגען פון זייער פלאנטער, זיי האבן זיך געקענט שטארקן אויף זייערע ביטערע נסיונות וכו', און זיי זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים".
נאך איין זאך וויל איך דיר בעטן, רעד שיין צו דיין ווייב, רעד שיין צו דיינע קינדער; מען טאר נישט שרייען אויף די ווייב, מען טאר נישט ווארפן קיין אימה ופחד אין שטוב השם ישמרינו. צו א ווייב דארף מען רעדן שיין; אזוי געפונען מיר ביים אייבערשטן ווען ער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל גיין רעדן צו די אידן האט ער געהייסן רעדן צו די מענער שטרענגע ווערטער און צו די ווייבער ווייכע רייד; צו א ווייב דארף מען רעדן שיין, ווייך און הארציג. גלייב מיר, מען קען אלעס פועל'ן און מען קען אלעס באקומען פון די ווייב אויב מען רעדט שיין, ווייך און מיט הארץ.
אז דו וועסט אננעמען די צוויי זאכן; דו וועסט יעדן טאג לערנען דעם בלאט גמרא און דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב, דו וועסט חס ושלום נישט שרייען אויף איר, אפילו דו ביסט גערעכט - וועסטו האבן א שיינע, זיסע, הערליכע, צוקערדיגע לעבן נאך אויף די וועלט.
איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר עס איבער נאך פאר שבת.
א גוט שבת.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת כי תשא-פרה, י"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'
א פרוי האט זייער א שטארקע כח, די פרוי קען מאכן פון איר מאן א גרויסער צדיק און די פרוי קען מאכן פון איר מאן דאס פארקערטע; דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז געווארן אזא גרויסער תנא נאר בזכות זיין ווייב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז, רבי עקיבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (כתובות סג.): "שֶׁלִּי וְשֶׁלָּכֶם שֶׁלָּהּ הִיא", מיין גאנצע תורה און אייער תורה - איז אלעס בזכות מיין ווייב.
רבי עקיבא איז געווען א פאסטוך ביי איר טאטע - בן כלבא שבוע, ער איז געווען א גרויסער עם הארץ, ער האט נישט געלערנט, ער איז געווען זייער ווייט פון די הייליגע תורה, ער האט פיינט געהאט ערליכע אידן, אזוי ווי ער האט שפעטער דערציילט (פסחים מט:): "מִי יִתֵּן לִי תַּלְמִיד חָכָם, וַאֲנַשְׁכֶנּוּ כַּחֲמוֹר", פאר איך האב געלערנט תורה האב איך אזוי פיינט געהאט א תלמיד חכם, איך האב אים געוואלט פארציקן אזוי ווי אן אייזל פארציקט א צווייטע בעל חי; זיין צוקונפטיגע ווייב האט אים געפרעגט: "אִי מִקַּדַּשְׁנָא לָךְ אָזְלַת לְבֵי רַב?", אויב איך וועל צו דיר חתונה האבן וועסטו גיין אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה? האט רבי עקיבא געזאגט: "זיכער וועל איך גיין לערנען תורה", זיי האבן חתונה געהאט, זיין ווייב האט אלעס אוועקגעגעבן אבי ער זאל לערנען, ביז ער איז געווארן דער הייליגער תנא רבי עקיבא; זעט מען פון דעם די כוחות וואס ליגט ביי די פרוי אויפצוהייבן איר מאן ער זאל לערנען און דאווענען, מיט דעם וואס זי געבט אים ליבשאפט און ווארעמקייט וכו'.
פארקערט זעט מען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי סנהדרין כח:): רבי לוי האט גע'דרש'נט זעקס חדשים וואס פאר א רשע אחאב איז געווען ביז אחאב איז געקומען צו אים אין חלום און געפרעגט: "וואס ווילסטו פון מיר, און וואס האסטו קעגן מיר אז דו דרש'נסט נאר די ערשטע חלק פונעם פסוק, וואס זאגט ווי שלעכט איך בין געווען? קוק וואס שטייט אינעם סוף פונעם פסוק - ווער איז שולדיג אין מיין שלעכטס? מיין ווייב האט מיר אנגעהעצט צו טון עבירות, זיי מיר דן לכף זכות, איך האב געהאט א שלעכטע ווייב"; זעט מען אז אפילו אחאב וואס איז פון די (סנהדרין צ.): "שְׁלֹשָׁה מְלָכִים וְאַרְבָּעָה הֶדְיוֹטוֹת שֶׁאֵין לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", דריי קעניגן וואס האבן נישט קיין חלק לעולם הבא, איז דאס ווייל ער האט געהאט א ווייב וואס האט אים חרוב געמאכט.
בעט איך אייך זייער, מאכטס שלום מיט אייער מאן; קוקטס אויף אים מיט א גוט אויג. איר האט א טייערער מאן, ער וויל זיין גוט און ער וועט זיין גוט, יעצט איז ער אויך גוט; זוכטס אויף אין אים גוטס וועט אייך ווערן גוט.
א גוט שבת.