מכתב יומי
יז אייר תשע"ח
May 02 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער זומער איז שוין דא אין א מזל'דיגע שעה, און מען דארף האבן רחמי שמים מען זאל בלייבן אן ערליכער איד ווייל עס ברענט א פייער אין גאס; פאר דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביי די מזוזה אז דו זאלסט האבן שמירת עיניים, זאג דעם פסוק (ישעיהו לג, ז): "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן". אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, חלק ב', סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יֹאמַר הַפָּסוּק "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חוּצָה" וְכוּ', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", אויב מען האט מורא אז מען וועט נכשל ווערן מיט ראיות אסורות וועט מען גייט אין גאס זאל מען זאגן דעם פסוק פאר מען גייט ארויס פון שטוב; בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל נישט ווערן פארברענט פונעם יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון דער וועלט און פון יענער וועלט און ברענג מיר צוריק אהיים בשלום. הייליגער באשעפער! איך ווער יעדן טאג מער און מער פארשווארצט פאר מיינע תאוות, איך זינק אין די טומאה; אייבערשטער נאר דו קענסט מיר העלפן, אינדרויסן זע איך אויס ווי א גוטער מענטש, אבער אינעווייניג איז זייער ביטער".
אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, ווייל נאר תפילה קען העלפן, נאר אמונה קען העלפן; בפרט ווען מען פאלט אין שמירת עיניים און אין ניאוף, דעמאלט איז מען אין א גרויסע סכנה און מען קען זיך דערקייקלען זייער ווייט רחמנא לצלן.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן יד): "מִי שֶׁעוֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע, עַל יְדֵי זֶה נִצּוֹל מִבִּזְיוֹנוֹת", ווער עס היט זיך זיינע אויגן, ער קוקט נישט קיין שלעכטס, דורכדעם ווערט ער געראטעוועט פון בזיונות; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף ריינע אויגן, הייליגע אויגן און געזונטע אויגן.
ר' נתן זכרונו לברכה האט געוואוינט אויפן גאס וואו עס האט זיך געפונען דער מארק, ער האט שטענדיג געהאלטן די פענסטער און די פירהאנג פארמאכט און ער איז קיינמאל נישט צוגעגאנגען צום פענסטער קוקן וואס טוט זיך אין גאס. איינמאל זיצנדיג אין שטוב בשעת'ן שרייבן חדושי תורה האט ער געהערט הויכע קולות פון גאס – אנדערש ווי געווענליך, האט ער אראפ געלייגט דעם פעדער און געוואלט גיין קוקן וואס עס גייט פאר, ווען ער האט זיך שוין אויפגעשטעלט צו גיין קוקן, האט ער אנגעכאפט דעם טיש און געזאגט צו זיך אליין: "נתן נתן... איין קוק ווייניגער אויף די וועלט – איז פארט בעסער", און ער האט זיך צוריק אראפ געזעצט.
ווען מיר גייען אין גאס דארפן מיר זיך דערמאנען פון ר' נתן און זאגן צו זיך: "איין קוק ווייניגער אויף די וועלט – איז פארט בעסער"; א קוק ווייניגער איז א ברי ווייניגער פאר די נשמה.
היינט נאכט איז דא א סעודה אין ישיבה לכבוד ל"ג בעומר. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט ל"ג בעומר: "די חתונה איז אין מירון, אבער דער חתן איז דא"; ווייל דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס דאס וואס דער הייליגער תנא ר' שמעון האט מגלה געווען אינעם הייליגן זוהר, דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן.
דער יצר הרע טוט אלעס אויף דער וועלט אז מען זאל נישט מקורב ווערן צום רבי'ן, און אויך די וואס זענען שוין יא ביים רבי'ן טוט ער אלעס זיי אוועק צו נעמען פון רבי'ן; געדענק וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", עס וואונדערט מיר ווי אזוי זאל א מענטש אפלאזן אזא באליבטע חבורה ווי מיר האבן; מאך זיך א חשבון, ווער ברענגט מיר צום אייבערשטן? ווער דערמאנט מיר - ווען עס איז מיר זייער ענג - אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט? ווער וועקט מיר אויף יעדן טאג איך זאל נעמען דעם דף גמרא? ווער עפענט מיר מיין מויל איך זאל זאגן א ווארט צום אייבערשטן? נאר דער רבי, דארף מען זיך מאכן א שטארקע קניפ נישט אפצולאזן דעם רבי'ן.
איך האף דיר צו זען ביי די סעודה.