מכתב יומי

יז אייר תשע"ט

May 22 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר, י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שעם זיך נישט מיט דיין צלם אלוקים; זיי שטאלץ מיט דיין בארד און פיאות און שניידט דאס נישט, אז מען שניידט די בארד שניידט מען די שפע.


אין זוהר הקדוש ווערט די בארד אנגערופן: "צִינוֹרוֹת עֶלְיוֹנִים"; דאס זענען רערן (פייפס) וואס דורך דעם קומט אראפ פאר'ן מענטש שפע ברכה און הצלחה. אויב מען שניידט די בארד און פיאות שניידט מען אפ אלע רערן (פייפס) פון פרנסה וואס דארף קומען צום מענטש.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וואס האט א איד צו זארגן ווען ער וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, אז ער האט די בארד און פיאות"; ווען מען גייט אוועק פון דער וועלט לייגט מען דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר, און אז מען איז זוכה נפטר צו ווערן מיט בארד און פיאות - זאגט דער רבי - דארף מען זיך נישט זארגן.


איך האף דיר צו זען היינט נאכט אין ישיבה ביי די סעודת ל"ג בעומר; דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט ל"ג בעומר: "די חתונה איז אין מירון, אבער דער חתן איז דא"; ווייל דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס דאס וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון האט מגלה געווען אינעם הייליגן זוהר, דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן.


איך מוז מקצר זיין, ווייל געלויבט דעם אייבערשטן איך בין גאר שטארק פארנומען. אזוי ווי עס שטייט (תהלים פד, ח): "יֵלְכוּ מֵחַיִל אֶל חָיִל". היינט אליינס האב איך שוין געגעבן עטליכע שיעורים, אנגעפאנגען אינדערפרי דעם היינטיגן בלאט בבלי נאכדעם א שיעור אין ירושלמי - א דף ירושלמי, דערנאך איז געווען א סיום הש"ס; א יונגער בחור פון פערצן יאר האט זוכה געווען צו מסיים זיין ש"ס און ביים סיום איז געווען א שיעור. שפעטער האב איך גערעדט צו די עלטערע מיידלעך. נאכדעם האב איך איבערגעגעבן א שיעור פאר די בחורים אין לשון הקודש; מיר האבן יעצט אין ישיבה עטליכע בחורים פון ארץ ישראל וואס פארשטייען נישט קיין אידיש, געב איך זיי איין מאל א וואך א שיעור אין לשון הקודש, און ביינאכט וועט זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף נאך א שיעור.


מארגן וועט נישט זיין די וועכנטליכע שיעור ווייל עס איז דא א חתונה אין ישיבה פון א תלמיד הישיבה. עס איז כדאי צו קומען זען א פרייליכע חתונה וואס קאסט גארנישט פאר די מחותנים, עס איז ממש בחינם. קום קוקן ווי פרייליך א חתונה קוקט אויס אין ישיבה; בשעת די חתונה הייבט מען אן טראכטן גראד, מען טראכט: 'וואס פעלט טאקע אויס די אלע געלט פארשווענדענישן פאר עטליכע קארגע שעה?' אפילו ווען דער מענטש זאל האבן איבעריגע געלט וואלט ער אויך נישט געדארפט אויסגעבן די געלט פאר די פאר שעה, ענדערש זאל מען דאס געבן פארן פאר-פאלק צו קענען קויפן א דירה אדער אריין גיין אין א ביזנעס וכו', ווער רעדט נאך אז מען האט נישט די געלט, מען קען קוים לעבן טאג טעגליך, איז דאך ממש א ווייטאג פארוואס מען דארף בארגן געלט און נישט קענען באצאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.