מכתב יומי
טז אלול תשע"ז
September 07 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט גיין אין שול דאווענען יעדן טאג דריי מאל א טאג, שחרית מנחה מעריב; וויסן זאלסטו אז אין הימל ווערט א גרויסער רעש ווען מען זעט א איד קומט אין שול, בפרט ווען מען זעט א איד וואס מוטשעט זיך, עס גייט אריבער אויף אים שוועריקייטן וכו' וכו', און דאך שפרינגט ער אריבער אלע שוועריקייטן און לויפט אין שול דאווענען - דאס איז זייער חשוב אויבן אין הימל.
דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט אויף עטליכע טעג און ער איז איינגעשטאנען ביים ראש הקהל; דער בעל שם טוב איז נישט געגאנגען דאווענען אינעם שטאטישן שול, נאר ער האט זיך געמאכט א מנין ביים שטוב פונעם ראש הקהל - דארט וואו ער איז איינגעשטאנען, אבער דער ראש הקהל איז יא געגאנגען אינעם שטאטישן שול דאווענען.
אויף שבת איז אויך אנגעקומען אין יענעם שטעטל א מגיד, וואס זיין פרנסה איז געווען אז ער איז ארומגעפארן אין שטעטלעך האלטן דרשות, און דער עולם האט אים געגעבן געלט פאר דעם. שבת ביי די סעודה האט דער בעל שם טוב אויסגעפרעגט דעם ראש הקהל וואס דער בעל דרשן האט גערעדט, האט דער ראש הקהל דערציילט אז ער שרעקט אן דעם עולם, ער זאגט אז עס איז דא א רויטע גיהנום, און א געלע גיהנום און דער עולם איז זייער צעבראכן, האט דער בעל שם טוב געזאגט פארן ראש הקהל: "אויב דער בעל דרשן גייט נאכאמאל רעדן שלעכטס אויף אידישע קינדער, זאלסטו אים זאגן אז איך רוף אים, און דו זאלסט אים נישט לאזן ענדיגן רעדן".
וכך הוה, אינמיטן שלש סעודות האט דער מגיד ווידער אנגעהויבן רעדן א שארפע דרשה, גלייך האט דער ראש הקהל אויסגעקלאפט און געזאגט אז דער בעל שם טוב רופט אים, ווען דער מגיד האט געוואלט ווייטער רעדן, האט אים דער ראש הקהל ווייטער איבערגעהאקט און אים געזאגט אז ער קען נישט ווייטער רעדן, און ער מוז גיין צום בעל שם טוב. דער מגיד האט נישט געהאט קיין ברירה, און ער איז געגאנגען מיטן ראש הקהל צום בעל שם טוב.
ווען ער איז אנגעקומען צום בעל שם טוב האט אים דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געזאגט: "ווי שעמסטו זיך נישט צו צעברעכן אידישע קינדער, דו ווייסט וואס געשעט אין הימל ווען א איד געבט זיך א כאפ סוף טאג נאכן ארבעטן און ער זעט אז ער האט נישט געלייגט קיין תפילין, און ער געבט א קרעכץ צום אייבערשטן, וואסערע רעש דאס מאכט אין הימל?! אדער א איד געט זיך א כאפ אז ער האט נישט געדאווענט שחרית אדער מנחה, און ער קען שוין נישט דאווענען און ער געבט א קרעכץ צום אייבערשטן, וואסערע רעש דאס מאכט אויבן אין הימל, גייסטו און דו צעקלאפסט אידן?!" און אזוי האט דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו גערעדט צו דעם מגיד, ביז ער האט געמוזט צוזאגן פארן בעל שם טוב אז פון היינט אן וועט ער מער נישט רעדן שלעכטס אויף אידן.
דערפאר בעט איך דיר זייער, טייערער ליבער חבר: אחי, חזק ואחוז עצמך! ברודער שטארק זיך און ווער נישט צעפאלן; קום אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, אפילו דו ביסט צעבראכן אויף שטיקלעך, און עפען אויף א גמרא יעדן טאג, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט; פאלג דעם הייליגן רבי'ן, וואס נאר ער קען אונז העלפן און נאר ער פארשטייט אונז.
איך האף אז דו האסט הנאה פון די בריוו וואס איך שרייב דיר; גלייב מיר, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר זען ווי דו גייסט אן, און דו כאפסט אריין אביסל תורה ותפילה.
וואס זאל איך דיר זאגן, מען זעט אן אויף א אינגערמאן צי ער איז א תלמיד "היכל הקודש" צי ער איז נישט א תלמיד "היכל הקודש"; א תלמיד "היכל הקודש" רעדט איידל, ער רעדט נישט קיין ניבול פה, און כאפט אריין תורה תפילה יעדן טאג.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.