מכתב יומי
יז אלול תשע"ז
September 08 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זע צו גיין שבת אין שול דאווענען אלע דריי תפילות; עס טוט זייער וויי פאר א פרוי צו זען ווי איר מאן שלאפט ביז די סעודה און גייט נישט אין שול, דיין ווייב וועט דיר אראפקוקן - אפילו זי וועט דיר גארנישט זאגן, אבער אינעווייניג וועט עס איר באדערן און דו וועסט ווערן אראפגעקוקט ביי איר וכו' וכו'.
אויך בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט אכטונג געבן נישט צו ווארפן א פחד אויף דיין ווייב תחי'; מיין מאמע האט מיר דערציילט, אז איינמאל זייענדיג אין קאנטרי האט א פרוי אריינגעקלאפט צו איר - בלאס און דערשראקן, און זי בעט פון מיין מאמע צי זי האט אביסל איבעריגע פיש זאפט, ווייל איר פיש האט אויסגעקאכט און עס איז נישט געבליבן קיין פיש זאפט, און זי ציטערט פון איר מאן, ווייל אויב עס איז נישט דא קיין פיש זאפט ווערט ער ווילד, און עס ווערט אויס שבת וכו' וכו'. שטעל דיך פאר א מענטש זאל זיין אזא געמיינער יונג, וועגן אביסל פיש זאפט זאל ער שרייען אויף זיין ווייב?! וועגן אביסל עסן וואס פעלט, אדער וואס מען האט פארגעסן צו קויפן, ווערט אויס שבת?! עס לאזט זיך פשוט נישט גלייבן אז עס זענען דא אזעלכע פארדארבענע אינגעלייט.
דערפאר בעט איך דיר, געב אכטונג אויף דיין ווייב; רעד שיין צו איר און מאך איר פרייליך, ווייל דאס איז אן ערליכער איד, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין סה:): "בִּשְׁלֹשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר, בְּכּוֹסוֹ וּבְכִּיסוֹ וּבְכַּעֲסוֹ", מען קען דערקענען א אינגערמאן לויט ווי אזוי ער פירט זיך אויף אין שטוב; א מענטש וואס האט סבלנות, ער האט געדולד - דער איז אן ערליכער איד, אבער ווען מען זעט ווי איינער שרייט און פארפירט וכו', ווייסט מען שוין גלייך אז דער מענטש טויג נישט. און וויסן זאלסטו אז אויב דו וועסט שרייען אויף דיין ווייב, אדער דו וועסט איר טשעפען, וועסטו איר פארלירן, און קיינער וועט אויף דיר נישט קיין רחמנות האבן.
גרייט דיר אן שיינע מעשיות צו דערציילן ביי די סעודה; קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, און שבת איז א צייט וואס די קינדער הערן זיך צו צו וואס דער טאטע רעדט, און שבת איז א צייט וואס קינדער ווארטן צו פארברענגען מיט די עלטערן, זיי קוקן ארויס אויף דעם א גאנצע וואך. דערפאר זאלסטו זען צו זיין פרייליך, און אויב דו ביסט נישט פרייליך, זאלסטו ארום גיין מיט א געמאכטע פרייליכקייט ביז דו וועסט טאקע ווערן פרייליך.
די וואך ליינען מיר די תוכחות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה לא:): "תַּנְיָא, ר' שִׁמְעוֹן בֶּן אֶלְעָזָר אוֹמֵר, עֶזְרָא תִּקֵּן לָהֶן לְיִשְׂרָאֵל שֶׁיְּהוּ קוֹרִין קְלָלוֹת שֶׁבְּמִשְׁנֵה תּוֹרָה קוֹדֶם רֹאשׁ הַשָׁנָה, כְּדֵי שֶׁתִּכְלֶה הַשָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ", עזרא הסופר האט מתקן געווען אז מען זאל ליינען די תוכחה פאר ראש השנה, כדי עס זאל זיך ענדיגן די יאר מיט אלע קללות. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן שוין נישט וויסן מער פון קיין צרות און קיין שלעכטס; יעדן טאג הערט מען שוידערליכע מעשיות ווי יונגע מענטשן ווערן אוועק געריסן פון דער וועלט, און ווי יונגע מענטשן ליגן רחמנא לצלן אין שפיטעלער, ה' ירחם.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו פלעגט זיין דער בעל קורא ביי זיך אין שול; איינמאל פרשת כי תבוא איז דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו אוועק געפארן אויף שבת, און א צווייטער האט געליינט, אינמיטן ליינען האט דער הייליגער רבי דובער זכותו יגן עלינו (דער מיטעלע רבי) אוועק גע'חלש'ט, ווען מען האט אים דערמונטערט האט ער געזאגט אזוי: "געווענליך ליינט מיין טאטע די תוכחה, און ווען מיין טאטע ליינט דאס הערט מען נאר ברכות, יעצט האב איך געהערט ווי יענער ליינט עס מיט קללות און צרות האב איך גע'חלש'ט"; זעט מען פון דעם אז די צדיקים טייטשן אלעס אויס אויף ברכות.
דער הייליגער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו טייטשט אויס די וואך אין די פרשה אלע קללות – ווי אזוי עס איז מרומז אין דעם נאר ברכות; למשל, די תורה זאגט (דברים כח, כא): "יַדְבֵּק ה' בְּךָ אֶת הַדָּבֶר, עַד כַּלֹּתוֹ אֹתְךָ מֵעַל הָאֲדָמָה", זאגט ער, אז דער אייבערשטער וועט דער צוקלעבן דעם דיבור, יַדְבֵּק ה' בְּךָ אֶת הַ'דִבּוּר', אז דו וועסט אזוי סאך רעדן צום אייבערשטן, עַד כַּלֹּתוֹ אֹתְךָ מֵעַל הָאֲדָמָה, ביז דו וועסט צוקומען צו אזא ביטל, אז דו וועסט שוין גארנישט דארפן, דו וועסט ווערן אויס, און דו וועסט נאר וועלן דעם אייבערשטן. ווייל ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן ווערט ער מער און מער צוגעקלעבט צום אייבערשטן, אז ער וויל שוין גארנישט.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תכה) אז א מענטש דארף צוקומען צו אזא ביטול צום אייבערשטן, אז ער זאל שרייען: "גיוואלד! בינד מיר צו, ווייל איך שפיר ווי איך ווער אויס, עס פאלט שטיקער פון מיר וכו', איך וויל נכלל ווערן אין דיר טאטע", עיין שם.
א פרייליכן שבת.