מכתב יומי
יד אלול תשע"ז
September 05 2017
‹ ›בעזהשי"ת
יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און זיך אויסגעגאסן פאר אים זיין הארץ אז ער פאלט אראפ אין עבירות רחמנא לצלן, און וויפיל ער פרובירט זיך צו קריגן מיט זיין יצר הרע פאלט ער מער און מער, האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן סימן תמז): "דו טו גוטס, און די שלעכטס וועט פון זיך אליינס אוועק פאלן"; ווייל מיט יעדע נקודה טובה וואס א איד טוט, צי ער לערנט, צי ער טוט צדקה אדער חסד וכו' וכו', פאלט דורכדעם אוועק אלע עבירות, בפרט אז מען לערנט א דף גמרא ווערן פארברענט אלע קליפות וואס ווערן באשאפן פון די עבירות, און עס בלייבט נישט קיין זכר דערפון.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ו) "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶי, אויב דו האסט צרות און יסורין, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיַד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְ, אנטלויף צו די תורה, וועלן די יסורים אוועקגיין פון דיר"; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "לְעוֹלָם לִיגְּרִיס אִינִישׁ, וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט, און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", ווען א מענטש לערנט גמרא, פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם", אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל, דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס קומט צו זאגן פאר א מענטש וואס זאגט 'עס איז מיר פינסטער', 'עס איז מיר טינקל', 'איך שפיר זיך ווי א טויטע מענטש', 'עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקיום געווארן דעם פסוק "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם"', זאגט מען אים: "אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה, זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי, און הייב אן לערנען, וועט דיר ליכטיג ווערן, דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.
דערפאר וויל איך דיר מחזק זיין אז דו זאלסט היינט אנהייבן פון פריש צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, אפילו דו ביסט פאריאגט און פארפלאגט, דאך זאלסטו לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג, און אז דו פארשטייסט נישט די גמרא, זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, נאר זיי ממשיך און זאג די ווערטער פון די גמרא; דער רבי האט אונז געגעבן א "סדר דרך הלימוד" (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען זאל לערנען תורה אפילו מען פארשטייט נישט גלייך וואס מען לערענט, נאר מען זאל לערנען כסדרן, און ווען מען ענדיגט זאל מען נאכאמאל אנהייבן, און נאך אפאר מאל זאגן וועט מען זוכה זיין צו פארשטיין וואס מען לערנט. דער סדר דרך הלימוד איז א דבר השוה לכל נפש, פאר א גוטע קאפ און פאר א שוואכע קאפ, פאר יונג און אלט וכו', יעדער איינער קען לערנען די הייליגע תורה מיט דעם סדר דרך הלימוד.
דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן"; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ווען מען קומט צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה דארף יעדער ברענגען א מתנה פארן רבי'ן; א סיום אויף ששה סדרי משנה, א סיום הש"ס, א סיום אויף ד' חלקי שלחן ערוך, יעדער איינער ברענגט זיינע סיומים פארן רבי'ן, מען זאגט פארן רבי'ן דאס איז מיין מתנה וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען בזכות דעם סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן. זע אז דו זאלסט אויך קומען מיט פילע הענט מיט סיומים, דאס וועט אונז ביישטיין ביים יום הדין.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.