מכתב יומי
יז אלול תשע"ח
August 28 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ז אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אין אומאן איז געווען א קריגעריי צווישן הרב החסיד ר' שמשון בארסקי זכרונו לברכה און הרב החסיד ר' געצל זכרונו לברכה; ביידע פון זיי זענען געווען גרויסע ערליכע אידן עובדי ה', אבער זיי זענען זיך נישט אויסגעקומען צווישן זיך. ר' שמשון האט זיך געפירט צו דאווענען רואיג און שטיל, און ר' געצל פלעגט דאווענען מיט קולי קולות.
אזוי אויך האט ר' שמשון ז"ל אויס געלערנט אלע וואס פלעגן אים אויס הערן אז זיי זאלן זיך פירן בדרכי נועם; אפילו ווען מען איז פארנומען מיט עולם הזה זאל מען זיין דבוק צום אייבערשטן. ווידעראום ר' געצל האט געהאלטן פארקערט, אז מען דארף זיך אינגאנצן אפשיידן פון דער וועלט און עס זאל גארנישט אינטערעסירן וואס טוט זיך אויף די וועלט.
צוליב די מיינונגס פארשידנהייטן פלעגן זיי זיך שטענדיג קריגן צווישן זיך. ווען ר' אברהם ב"ר נחמן ז"ל איז געקומען פון ארץ ישראל קיין אומאן האט מען אים געבעטן צי ער קען מאכן שלום צווישן זיי, האט ער געזאגט אזוי: "איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט די גאנצע זאך; ביידע פון זיי מאכן נישט קיין התבודדות".
ווען אנשי שלומינו האבן דאס געהערט האבן זיי זיך זייער געוואונדערט: 'וואס הייסט זיי מאכן נישט קיין התבודדות?' ווייל אלע האבן געוויסט אז ביידע פון זיי - סיי ר' שמשון און סיי ר' געצל ז"ל זענען גרויסע עובדים און זענען זיך מתבודד שעות על גבי שעות, האט ר' אברהם בר נחמן זיי געזאגט: "מיר האבן געלערנט ביים רבי'ן אז א מענטש זאל זיך איבער געבן צום אייבערשטן, זיך אינגאנצן מבטל זיין און גארנישט וועלן".
ווען מען איז זיך מתבודד דארף מען דעם 'זיך' ארויס נעמען פונעם בילד, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב) אויף דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ד): "רַבִּי חֲנִינָא בֶּן חֲכִינַאי אוֹמֵר: הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי וְהַמְפַנֶּה לִבּוֹ לְבַטָּלָה הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְנַפְשׁוֹ", אז דאס גייט ארויף אויף התבודדות; "הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה", איינער וואס איז אויף ביינאכט, "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וְהַמְפַנֶּה לִבּוֹ לְבַטָּלָה", און ער איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן ביז ער ווערט בטל צום אייבערשטן, ער וויל שוין גארנישט, דעמאלט איז ער זוכה: "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְנַפְשׁוֹ", אז ער ווערט נכלל במחוייב המציאות - אינעם אייבערשטן וואס איז דער חיוב המציאות.
וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם הייליגן רבי'ן און איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן בתמימות ופשיטות, וועט ער זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגות.
זיי געזונט און שטארק.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.