מכתב יומי

יז אלול תשפ"ב

September 13 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


נעם א משניות און א גמרא, דאס וועט דיך ראטעווען פון דעם ברענעדיגן יצר הרע, ווייל נאר תורה ראטעוועט דעם מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "בָּרָאתִי יֵּצֶר הָרָע וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", די תורה ראטעוועט פונעם יצר הרע; נעם א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, אפילו דו פארשטייסט נישט, און נעם א גמרא, זאג בלעטער גמרא; דאס זאלסטו טון יעדן טאג, זאל זיין וואס זאל זיין. ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד" (חיי מוהר"ן, סימן תקעג).


וואס איז א רבי? וואס איז א מופת? נאר אזא איינער וואס קען מיך ארויסנעמען פון מיין בלאטע, איינער וואס קען מיך דערנענטערן צום אייבערשטן; דאס איז די גרעסטע מופת, דאס איז א רבי!


וואס מענטשן זאגן - אינטערעסירט מיר גאר ווייניג, איך האף אז דיך אינטערעסירט עס אויך נישט. די אלע מענטשן וואס שמייכלען צו מיר און פרעגן מיר: "וואס איז פשט מוהרא"ש האט אזוי געטון?" "וואס איז פשט מוהרא"ש האט אזי געטון?" - דאס אינטערעסירט מיר גאר ווייניג; איך קוק וואס איך האב אין מיינע הענט, מוהרא"ש האט מיך אנגעכאפט און מיך געברענגט צום אייבערשטן; מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט.


עס איז נישט אזוי געשמאק ווען חברים שטעלן אפ און מען פרעגט שאלות וועגן אומאן, שאלות וועגן היכל הקודש, פראגעס אויף מוהרא"ש, אבער דאס איז נישט קובע וואס איך האב צו טון. וואס מיינסטו, מיר האט מען גוט אויסגעצאפט דאס בלוט, גאר נאנטע חברים, מיט אזעלכע גראבע לשון הרע'ס אויף מוהרא"ש; עס האט מיר גוט געציפט אין הארץ, וואס האב איך געטון? איך בין געגאנגען אין די זייט און זיך גוט אויסגעוויינט צום אייבערשטן. אזוי ווי דער שני למלכות האט געטון (ספורי מעשיות, מעשה א), ווען די גרויסע מענטשן, די ווילדע מענטשן, דער חיות מבין, דער פייגל פארשטייער, און דער אנפירער פון די ווינט האבן אים געלאכט פון אים. דער שני למלכות האט זייער געוויינט, ער האט געזאגט: "איך ווייס עס איז יא דא"; איך ווייס אז עס איז דא א צדיק וואס קען מיך פאררעכטן, איך ווייס אז עס איז דא א צדיק וואס קען מיך נידריגער מענטש - ברענגען צום אייבערשטן.


דער שני למלכות, ווען ער האט געזען ווי מען לאכט פון אים, מען שפעט פון אים, האט ער געוויינט און געזאגט: "איך ווייס עס איז יא דא"; עס איז דא א צדיק וואס אלע רעדן אויף אים און אלע קריגן אויף אים, און אלע לעבן פון אים - וואס קען מיר אויך געבן לעבן.


פרעג נישט וואס איך האב געליטן; ווען איך בין אנגעקומען אין אומאן די ערשטע יאר האבן אלע געלאכט פון מיר: 'דו דאווענסט נישט אין קלויז? א שאד, אז דו ביסט שוין יא אין אומאן פארוואס ביסטו נישט יוצא די קיבוץ?!' איך בין געווען היבש צעמישט, איך האב זיך געוואלגערט דא און דארט, ביז איך האב זיך מתבודד געווען און זיך געזאגט: 'וואס האסטו מיט אלע מדברים? קוק אויף דיר, קוק ווער מאכט דיך לערנען, ווער מאכט דיך דאווענען, ווער שיינט דיר אויף די אמונה?' אזוי האב איך געטון יעדעס מאל ווען מען האט גערעדט צו מיר דברי ליצנות אויף היכל הקודש.


אז עס קומט דיר אריין ספיקות ובלבולים - זאלסטו דאס אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. דערצייל דעם אייבערשטן וואס גייט אריבער אויף דיר און וואס דער רבי געבט דיר, צו וואס פאר א דרגא דער הייליגער רבי ברענגט דיר, אלע גוטע זאכן וואס דער רבי געבט דיר, און בעט אים אז די אלע בלבולים זאלן דיך נישט אוועקנעמען פון רבי'ן.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט היינט באצאלן שכר לימוד, מיר קענען נישט אנגיין; איך מוז באצאלן די מלמדים, איך קען דאס נאר טון אז דו גייסט היינט צאלן שכר לימוד. אויך בעט איך דיר זאלסט באצאלן פאראויס אויף חודש תשרי; איך ווייס דו פלאגסט זיך, דו האסט נישט קיין געלט; דאס איז נישט קיין תירוץ. שכר לימוד קומט די ערשטע אויפ'ן ליסט, שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד קומט פאר זויערע חלה און וויין פאר שבת. פאר צעדרייטע זאכן האסטו געלט און ווען עס קומט צו צאלן שכר לימוד פאר דיינע קינדער - דארט דרייסטו זיך ארויס, איך קען נאר ווייטער אנגיין מיט די מוסדות אז דו צאלסט שכר לימוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.