מכתב יומי

טז חשון תשע"ח

November 05 2017

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם הייליגן באשעפער - שֶׁהֱחֶיָנוּ וְקִיְּמָנוּ וְהִגִיעָנוּ לַזְּמַן הַזֶּה - אז מיר האבן זוכה געווען פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט צו פראווען א חתונה אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי בא'טעמ'ט, אזוי אידיש - ממש א חלום.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט שטענדיג גערעדט און געשריבן פון דעם, אז א חתונה טאר נישט קאסטן קיין געלט; מען זאל נישט אויסגעבן קיין געלט פאר די פאר שעה פון די חתונה נאכט. ברוך השם אז מיר האבן דאס געקענט איינפירן, מיר האבן שוין געהאט צוויי חתונות דא אין ישיבה, דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיין שמחות יעדע נאכט אין ישיבה.


די חתונה איז געווען גענצליך בחנם; די מחותנים זענען געקומען צו דער חתונה ווי ריכטיגע 'מחותנים', עס האט זיי גארנישט געקאסט. הלואי זאלן אלע תלמידי היכל הקודש מאכן זייערע שמחות אויף דעם אופן - פשוט און איידל, אזוי ווי א אידישע שמחה דארף צו זיין.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר לעבן מיטן הייליגן רבינ'ס עצות, וואס דער רבי האט געזאגט דערויף (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דעם קלענסטער פון מיינע מענטשן פיר איך אויפן וועג פון גרויסע צדיקים; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; פרעג איך דיר, דארפן מיר נישט זיין פרייליך? איז נישט אשרינו טויזנט מאל?!


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים; ווען מען לערענט דעם רבינ'ס ספרים באקומט מען א מורא'דיגע בענקעניש צום אייבערשטן, מען שפירט זיך נאנט צו אים, און מען לעבט ווי אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "יְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן"; דערפאר בעט איך דיר, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, וועסטו ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.