מכתב יומי

יז חשון תשע"ח

November 06 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט האבן מיר זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת סנהדרין; איך האף אז דו האסט דאס אויך מסיים געווען, און דו וועסט מאכן א סיום ביי דיר אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער.


קוק צו וואס מען איז זוכה אז מען פאלגט דעם רבי'ן; אפילו מען איז פאריאגט און פארפלאגט - יעדער מיט זיינע טרדות, דאך איז מען זוכה אריין צו כאפן יעדן טאג א דף גמרא. דער ס"מ וועט אלעס לאזן דעם מענטש טון, אבי נישט עפענען די הייליגע גמרא, ווייל ער וויל נישט מען זאל מאכן א סיום, וואס דאס איז מרומז אין די ראשי תיבות פון זיין נאמען: סִ'יוּם מַ'סֶכֶת אֵ'ין לַ'עֲשֹוֹת, ווייל ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער דעם ס"מ, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; לערנען גמרא איז מכניע די קליפה, דערפאר האט דער ס"מ זייער מורא פון א דף גמרא.


מאך א שיינע סיום ביי דיר אין שטוב; יעדעס מאל וואס דו ענדיגסט א מסכת גמרא אדער משניות וכדומה, זאג פאר דיין ווייב אז דו ווילסט מאכן א סיום, זי וועט זיך זייער פרייען, זי וועט דיר אנגרייטן א שיינע מאלצייט. דאס וועט מאכן אז דו זאלסט ווערן ארויף געקוקט ביי איר, זי וועט דיר מחשיב זיין, אזוי אויך די קינדער וועלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו די הייליגע תורה.


קינדער האבן זייער ליב מסיבות, סעודות; זיי האבן ליב צו פארברענגען מיט די עלטערן. יעדעס מאל מען מאכט א סיום איז כדי צו מאכן א שטיקל פארברענג מיט די משפחה (משפחה מיין איך דיין משפחה, נישט דיין טאטעס משפחה און דיין שווערס משפחה וד"ל), מען זיצט מיט די ווייב און קינדער און מען ברענגט א גוטע זאך פאר די קינדער לכבוד דעם סיום, דאס גייט אריין ביי זיי אין קאפ, זיי וועלן דאס געדענקען אויף שטענדיג.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.