מכתב יומי
יד חשון תשע"ח
November 03 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וירא, יד מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער דו זאלסט מכבד זיין דיין ווייב, אזוי ווי דער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) אז מען דארף מכבד זיין די ווייב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", אז מען איז מכבד די ווייב ווערט מען רייך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט) אז די גאנצע עשירות וואס א מענטש האט - איז פון זיין ווייב; אויב איז מען מכבד די ווייב, מען פירט זיך אויף אין שטוב אזוי ווי עס דארף צו זיין, און מען רעדט איידל און שיין, איז מען זוכה צו האבן עשירות.
דערפאר אז עס קומט שבת זאלסטו זיך איבערבעטן מיט דיין ווייב; וואויל איז פארן מענטש וואס פאסט איבער צו בעטן און צו זאגן 'זיי מיר מוחל'. איך זע ביי די בחורים ווען איינער פארטשעפעט זיך מיט א צווייטן און איך וויל שלום מאכן צווישן זיי, אז עס איז זייער שווער פאר איינער וואס האט נישט געארבעט אויף זיינע מידות צו זאגן די דריי ווערטער: 'זיי מיר מוחל'. די ווערטער ברענגען 'גן עדן' אויפן מענטש; אז א מענטש קען זאגן די ווערטער 'זיי מיר מוחל', 'איך האב געטון אן עוולה' איז ער א גליקליכער מענטש.
מען זעט, ווען בלעם האט געזען דעם מלאך שטיין מיט דעם אויסגעשטרעקטן שווערד אים צו הרג'נען, האט בלעם געזאגט (במדבר כב, לד): "וַיֹּאמֶר בִּלְעָם אֶל מַלְאַךְ ה' - חָטָאתִי", איך האב געזינדיגט, זיי מיר מוחל; זאגן חכמינו זכרונם לברכה (במדבר רבה כ, טו): "שהיה רשע ערום, ויודע שאין עומד מפני הפורעניות אלא תשובה, שכל מי שחוטא ואומר חטאתי, אין רשות למלאך ליגע בו". בלעם האט געוואוסט דעם סוד אז ווער עס זאגט ארויס דעם ווארט 'חָטָאתִי' קען קיינער נישט שלעכטס טון דעם מענטש, אפילו א מלאך קען אים גארנישט טון.
דאס איז נישט נאר אויבן אין הימל, נאר אפילו פשוט בגשמיות איז אויך אזוי, אז א מענטש קען זיך אנטשולדיגן און זאגן: 'זיי מיר מוחל', 'איך האב געטון אן עולה', איז דער מענטש גליקליך; קיינער קען אים גארנישט טון, בעסער געזאגט קיינער וויל אים גארנישט טון, ווייל ער בעט איבער ווען ער טוט איינעם וויי. דער עיקר צרה איז אז קיינער וויל נישט זאגן "חָטָאתִי", יעדער זאגט: "איך בין גוט, דער אנדערער דארף זאגן חָטָאתִי", יענער זאל זאגן זיי מיר מוחל.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ה.) ווען הורדס האט אויסגע'הרג'עט אלע חשמונאים האט ער איבער געלאזט איין מיידעלע, ער האט געוואלט מיט איר חתונה האבן; פארציילט די גמרא אז זי האט געזען ווי ער וויל מיט איר חתונה האבן, איז זי ארויף געגאנגען אויפן דאך, זי איז אראפגעשפרינגען און זי איז געשטארבן. ער האט איר גענומען, איר איינגעווייקט אין האניג פאר זיבן יאר, אז זי זאל נישט פארשטינקען ווערן, ווייל האניג האלט פריש.
זאגט די גמרא: "עס איז דא וואס זאגן אז ער האט געוואוינט מיט איר די אלע יארן, דערפאר האט ער איר איינגעווייקט אין האניג כדי זיך נאכצוגעבן זיינע תאוות, און עס איז דא וואס זאגן אז ער האט נישט געוואוינט מיט איר, נאר ער האט איר איינגעווייקט אין האניג ווייל ער האט געוואלט מען זאל זען אז ער האט חתונה געהאט מיט א קעניג'ס טאכטער.
ווען מען לערנט די גמרא זעט אויס אז אמאליגע צייטן זענען געווען אינטערעסאנטע מענטשן וואס געטון משוגע'נע זאכן, אבער אז מען טראכט אריין זעט מען אז היינט זענען דא די זעלבע מענטשן. עס זענען דא אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שייכות מיט זייערע ווייבער, א בחינה פון 'טמנה שבע שנין בדובשא', ער ווייקט איר איין, ער פייניגט איר, און ער דארף איר נאר האבן כדי מען זאל קענען זאגן אז ער האט חתונה געהאט, חוץ פון דעם דארף ער איר נישט, בקיצור ער דארף דעם שטריימל, און ער וויל נישט זיין קיין גרוש; ער פייניגט איר, ער שלאגט איר, ער טשעפעט איר, וכו' וכו'.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו האבן מוהרא"ש זכרונו לברכה אין אונזער דור וואס ער האט אונז געלערנט ווי אזוי זיך אויפצופירן אין שטוב, ווי אזוי מען זאל לעבן מיט א ווייב און קינדער; מען זאל נישט זוכן צו זיין גערעכט, "זיי קלוג און נישט גערעכט" - דאס האט מוהרא"ש שטענדיג געזאגט, דאס איז דער וועג צו לעבן א גוט לעבן.
דערפאר בעט איך דיר זייער שטארק דו זאלסט איבער בעטן דיין ווייב היינט ערב שבת, דו זאלסט אריין גיין אינעם שבת קודש מיט אהבה אחוה ושלום וריעות וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב, ואתה שלום וביתך שלום וכל אשר לך שלום.
א פרייליכן שבת.