מכתב יומי
כד חשון תשפ"א
November 11 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך ווייס וואס דו גייסט אריבער, עס רייסט די הארץ צו זען דיינע ווייטאגן; דאך וויל איך דיר זייער בעטן דו זאלסט זיך שטארקן, פרוביר צו זוכן גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר. דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג און פון ביטער - זיס? "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר", ווער ווארט יעדן טאג עס זאל ליכטיג ווערן? דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן, פון זיין טונקלקייט מאכט ער ליכטיג; ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק.
אנטלויף צו די תורה; עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה - ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט.
קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט אום ניין אזייגער וועט זיין א שיעור פאר אלע פרויען פון אנשי שלומינו; לייג אוועק דעם טאג צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען מיט האלטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.