מכתב יומי

יח טבת תשע"ח

January 05 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר נאכאמאל, געדענק וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן מיט אונז: "זיי קלוג, נישט גערעכט"; עס איז א שאד זיך צו קריגן מיט א צווייטן, בפרט אין שטוב מיט די אייגענע ווייב. ווען מען קריגט זיך, גייט יעדער ארויס מיט שאדן. אלע ליידן; די קינדער, די ווייב, און מען ליידט אליינס אויך, ווייל מחלוקת און קריגערייען ברענגט נישט קיין שום גוטס.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן ווי מענטשן ליידן אין זייער לעבן זייער פיל צער און עגמת נפש, בשעת וואס דער מענטש אליינס ברענגט דאס אויף זיך. שלמה המלך זאגט (משלי כא, כג): "שֹׁמֵר פִּיו וּלְשׁוֹנוֹ, שֹׁמֵר מִצָּרוֹת נַפְשׁוֹ", ווען מען געבט זיך אכטונג וואס מען רעדט, ווערט מען געראטעוועט פון אלע צרות. ווייל אלע צרות וואס גייט אריבער אויפן מענטש איז ווייל ער היט זיך נישט זיין דיבור; ער רעדט נישט שיין צו זיין ווייב, ער רעדט נישט שיין צו זיינע קינדער, און צו חברים. אזוי ווי עס שטייט (קהלת ו, ז): "כָּל עֲמַל הָאָדָם לְפִיהוּ", זאגט דער זוהר הקדוש (שמיני מב.): "בְּגִין פִּיהוּ דְּלָא נָטַר לֵיהּ", אלע פראבלעמען קומען ווייל מען היט נישט דעם דיבור.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ..., געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב, רעד נאר שיינע ווערטער, זיסע ווערטער, ווארימע ווערטער, וועסטו מאכן אז די שכינה זאל רוען ביי דיר אין שטוב, און ענק וועלן זיין געבענטשט מיט אלע ברכות.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם", דורך שלום איז מען זוכה צו אלע ברכות; ווארט נישט אז דיין ווייב זאל דיר איבערבעטן, נאר דו לויף נאך די שלום, אזוי ווי עס שטייט (תהלים לד, טו): "בַּקֵּשׁ שָׁלוֹם וְרָדְפֵהוּ", וועסטו זוכה זיין צו אלע ישועות.


געדענק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בְּמָקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן; דאס איז זיין זאך - וואו מען קען מאכן מחלוקת. דערפאר דארף מען אנטלויפן פון מחלוקת ווי פון פייער, בפרט ווען דער יצר הרע קומט מיט א שלייער פון 'לשם שמים', דאס איז זייער מסוכן; אזוי כאפט ער אריין אפילו ערליכע אידן אין מחלוקת, ווייל ווען דער שטן זעט אן ערליכע חבורה, אדער א ערליכע משפחה, וואס פירן זיך בדרך התורה, זיי זענען ווייט פון עבירות, און ער פראבירט מיט אלע וועגן זיי צו בייקומען, אבער ער קען זיי נישט בייקומען, קומט ער צו זיי מיט א פרומע שלייער און דרייט זיי אריין אין א מחלוקה, און עס לאזט זיך נישט גוט אויס.


חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס דאס גרויסקייט פון זיין בשלום (דרך ארץ זוטא, פרק השלום), און ווי דער אייבערשטער האט פיינט מחלוקת; אבער דער ס"מ זוכט נאר ווי ער קען אריינשלעפן א מענטש אין א מחלוקה, וואס דאס איז די ערגסטע זאך ביים אייבערשטן.


יעצט ווען עס קומט שבת דארפסטו פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין א וותרן אין שטוב, זאלסט נאכגעבן פאר דיין ווייב און איר איבערבעטן, ווייל עס איז א שאד זאלסט ליידן דיין גאנץ לעבן צוליב דעם וואס דו ווילסט שטענדיג זיין גערעכט; געדענק דעם ווארט פון מוהרא"ש: "זיי קלוג, נישט גערעכט". זוך נישט אויסצופירן, זיך נישט אויפצואווייזן אז דו ביסט גערעכט.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער; איך וויל גארנישט פון דיר, נאר אז דו זאלסט לעבן א גוט לעבן.


א גוט שבת.