מכתב יומי

יז טבת תשע"ט

December 25 2018

בעזרת ה' יתברך


ליל ג' פרשת שמות, אור לי"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט אנגעקומען דיר צו שרייבן היינט א בריוו; איך בין זייער פארנומען יעצט מיט אסאך זאכן. קודם איז נעכטן נאכט פארגעקומען דא אין ישיבה א חתונה וואס סיי דער חתן איז א תלמיד פון אונזער ישיבה "תפארת התורה" און סיי די כלה איז א תלמידה פון אונזער סקול "בית פיגא". היינט אינדערפרי בין איך אויך נישט דא געווען, איך בין געפארן קיין בארא פארק צו די בריתים פון האברך ...'ס צווילינג. יעצט האב איך א צוויי מינוט וועל איך דיר שרייבן אפאר שורות.


א איד האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן זכרונו לברכה אויף איינעם פון אנשי שלומינו - אן ארימאן: - "נעבעך אויף אים, ער איז אזא רחמנות, ער האט נישט גארנישט"... האט אים רבי נתן געזאגט: "ער איז א רחמנות? (מיט א לשון ווי איינער פארוואונדערט זיך) משה חינקע'ס איז א רחמנות!" (משה חינקע'ס איז קודם געווען א תלמיד פון רבי'ן, אבער שפעטער איז ער געווען פון די גרעסטע לוחמים אנטקעגן רבי נתן). אמת, דער פון אנ"ש האט טאקע נישט קיין געלט און דעריבער זעט ער אפשר אויס ווי א רחמנות, ווידעראום משה חינקע'ס זעט נישט אויס ווי קיין רחמנות, ווייל ער איז אן עושר, אבער אין מציאות איז ער א גרויסער רחמנות, ווייל ווער ווייסט וואס ווארט אים אפ ווען ער וועט ארויף קומען אויבן אין הימל...


דאס זעלבע זאג איך דיר טייערער ליבער ברודער, דו קוקסט זיך אן און טראכסט: 'איך בין דאך אזא רחמנות, איך האב נישט גארנישט'; דו ביסט מקנא פלוני אלמוני וואס זעט אויס ווי עס גייט אים גוט, וויל איך דיר זאגן ליבער ברודער: "דו ביסט א רחמנות? (מיט א לשון ווי מען פארוואונדערט זיך) דו ביסט נישט קיין רחמנות, דו האסט דעם אייבערשטן מיט דיר, דו לעבסט מיט אמונה; אפילו ווען דו פאלסט אראפ געבסטו א גוטן קרעכץ צום אייבערשטן, אפילו ווען דו ווערסט נכשל וכו' וויינסטו זיך גוט אויס און עס טוט דיר וויי; דו ביסט נישט קיין רחמנות!"


דעריבער זאלסטו אויפהערן צו קוקן אויף א צווייטן; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר.


איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות ווייל יעצט איז מיין צייט זייער באגרעניצט; איך קום פשוט נישט אן צו טון וואס ליגט אלץ אויף מיר.


מיין גאנצע חיות איז נאר צו הערן פון דיר אז דו עפנסט נאך א משניות און די בלעטערסט נאך די הייליגע גמרא; זה חלקי מכל עמלי.


א גוטע נאכט.