מכתב יומי

יז כסלו תשע"ח

December 05 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט מיט אונז וואונדערליכע עצות ווי אזוי מיר זאלן קענען אנגיין אין לעבן, דער רבי שיינט אריין אין אונז די ריינע אמונה אז מיר זאלן גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און מיר זאלן זיך נישט פארלירן ווען עס גייט נישט אזוי מען וויל.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים דארף שוין נישט קיין שום אנדערע חיזוק, ער איז אנגעפילט מיט חיזוק - סיי פאר זיך, און ער האט אויך גוטע דיבורים צו מחזק זיין אנדערע.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט אייך, קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דערפאר דארפן מיר לערנען דעם רבינ'ס ספרים און טון די עצות וואס דער רבי לערנט אונז, וועלן מיר זוכה זיין צו צו קומען צו די גרעסטע מדריגות וואס עס איז נאר פארהאן.


אזוי ווי קומענדיגע וואך איז שוין חנוכה, וועט די פרויען צוזאמקום פארקומען די וואך מיטוואך נאכט אין ישיבה; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען צום שיעור. ווער דארף דען נישט קיין חיזוק? יעדער דארף חיזוק, בפרט פרויען וואס זיי זענען א גאנצע וואך אין שטוב פאריאגט מיט די קינדער, זיי דארפן נאך מער חיזוק. דערפאר זע צו מאכן דיינע פלענער צו בלייבן אין שטוב, אז דיין ווייב זאל קענען קומען פארברענגען מיט אלע פרויען און אהיים קומען מיט א פרישע גייסט, מיט פרישע כוחות, ממשיך צו זיין מיט איר ארבעט.


אויך זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב אז זי זאל קומען צו די פרויען צוזאמקום; זייער אסאך מאל מאכט זיך ביי א מענטש, ווען מען איז זייער אויסגעמוטשעט, מען שפארט זיך איין, מען וויל נישט ארויסגיין, בפרט ביי פרויען ווען זיי האלטן נאך א טאג שווער ארבעטן. דער מאן וויל אביסל ארויסגיין מיט איר שפאצירן, וועט זי זיך ארויסדרייען מיט אלע מיני תירוצים נישט ארויסצוגיין נאר בלייבן אין שטוב, אבער איינמאל מען פועל'ט ביי איר ארויסצוגיין וכו', וועט זי נישט אזוי שנעל וועלן צוריק קומען, דער מח עפענט זיך אויף, מען ווערט א נייער מענטש.


אסאך מאל זאגן מיר אינגעלייט אז זיי האבן אן אינטערעסאנטע זאך; זיי ווילן ארויס גיין ביינאכט אביסל שפאצירן וכדומה, אבער זייער ווייב וויל נישט הערן פון גארנישט, אדער ווען עס קומט צו גיין צו א שמחה, ווען עס קומט ביינאכט נאך א טאג ארבעט ווערט די ווייב אפגעמוטשעט, זי וויל נישט הערן פון ארויס גיין. אבער נאכדעם ווען זיי ווערן איבערגערעדט און מען גייט יא ארויס פון שטוב, ווילן זיי נישט צוריק קומען אזוי שנעל. דער סיבה פון דעם איז זייער פשוט, ווען א מענטש ארבעט שווער האט מען נישט קיין כח צו גארנישט, אבער איינמאל מען גייט אביסל ארויס, איז מען זיך שוין גוט מחיה וכו'.


דערפאר זאלסטו זען אז דיין ווייב זאל קומען אביסל פארברענגען; מוהרא"ש האט איינגעפירט אז די פרויען זאלן זיך צוזאמעקומען צוויי מאל א וואך, עס גייט נאך אן אין יבנאל, צוויי מאל א וואך קומען זיך אלע פרויען צוזאמען, מען טאנצט און מען איז זיך מחזק איינער מיטן צווייטן. דא ביי אונז וואלט מען אויך געדארפט מאכן כאטשיג איין מאל א וואך זאלן זיך די פרויען צוזאמקומען (איך האף אז עס וועט בקרוב צושטאנד קומען).


לכל הפחות יעצט, אז מען קומט זיך צוזאמען איין מאל א חודש, איז זייער וויכטיג אז אלע זאלן קומען. איך בעט דיר זייער דו זאלסט אלעס לייגן אין דער זייט אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.