מכתב יומי

יז כסלו תשפ"ה

December 18 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מעביר סדרה, ווארט נישט אויף פרייטאג אדער שבת. הויב שוין אן; גיי אריבער די פרשה פון די וואך שנים מקרא ואחד תרגום, הויב אן אנהויב וואך, ווייל אויב מען איז נישט מעביר סדרה - האט מען א שאדן; מען פארלירט געלט, אדער האט מען א בזיון. הויב שוין אן היינט לערנען די פרשת השבוע שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י.


אויב דו ווילסט זוכה זיין צו שלום בית - איז דא איין וועג, נאר אז דו וועסט מוותר זיין וועסטו האבן שלום בית, עס איז נישטא קיין וועג צו האבן א חיים טובים אן דעם, די לעבן איז אזוי פארפלאנטערט, יעדן טאג מיט א צווייטע מעשה, און נאר אז מען בייגט איין דעם קאפ, מען וויל גארנישט, מען דארף גארנישט - נאר דער קען זוכה זיין צו שלום בית.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור אינאיינעם מיטן סיום מסכת בבא בתרא אין אונזער שול אין מאנסי, אנשטאט די מארגנדיגע שיעור. מארגן מאכט מיין טאטע שליט"א חתונה די יונגסטע קינד, וועט נישט זיין קיין שיעור.


קומענדיגע וואך שבת חנוכה וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, מוצאי שבת וועט זיין א מלוה מלכה, להודות ולהלל לשמך הגדול פאר די ניסים, פארן פך שמן טהור וואס מיר האבן געפינען; דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, פאר די בריוו פון אשר בנחל וואס מוהרא"ש האט אנגעהויבן שרייבן חנוכה איין אין זעכציג יאר צוריק, ערב חנוכה שנת תשכ"ד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.