מכתב יומי
יז סיון תשע"ט
June 20 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
טראכט גוט אריין וועסטו זען אז פעטש איז נישט קיין עצה און זיכער נישט קיין וועג אין חינוך, נאר ווען מען שלאגט א קינד איז דאס נאר אויסצוגעבן די נערוון. דערפאר האט דער רבי נישט געלאזט שלאגן קינדער.
דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל נישט מחנך זיין די קינדער; אודאי דארף מען מחנך זיין די קינדער זיי זאלן פאלגן און זיי זאלן וויסן אז א ווארט פון א טאטע און מאמע איז טייער און חשוב, מען דארף זיי באלוינען פאר'ן פאלגן און קנס'נען אויב זיי פאלגן נישט. למשל, אויב דאס קינד פאלגט נישט - ער גייט נישט שלאפן ווען מען הייסט אים ווארנט מען אים אז ער וועט ער נישט קענען שפילן וכו', אבער נישט שלאגן. שלאגן האט גארנישט מיט חינוך, דאס איז סתם זיך אויסגעגעבן די נערוון.
מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער. עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט ווי אזוי ער האט זוכה געווען דערצו, פלעגט ער ענטפערן: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים?! איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי; איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".
דו מיינסט אז דארפסט שטענדיג אויספירן? דארפסט נישט שטענדיג אויספירן; בעט איבער דיין ווייב וועסטו זען גרויסע ניסים. הרב הקדוש רבי אהרן מבעלזא זכותו יגן עלינו זאגט א טעם אויף דעם וואס מען פירט זיך אז מען זינגט מען אריין בשעת דער חתן זאגט זיין פשעטל, אז מען וויל אים ווייזן א וועג אין לעבן: "נישט אלץ דארף מען אויספירן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.