מכתב יומי

יז שבט תשע"ח

February 02 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז פאר אונז תלמידי היכל הקודש זייער א גרויסער טאג, עס איז היינט דער יארצייט פון מוהרא"ש זכר צדיק וקדוש לברכה.


מיר שטייען שוין דריי יאר נאכן פטירה פון מוהרא"ש ז"ל און געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקיים יעדע פרט פון זיין צוואה; מיר דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און דעם רבינ'ס עצות אויף די גאנצע וועלט.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אוועק שטיין פון מחלוקת, ווייל ווער עס האט שייכות מיט מחלוקת באצאלט א טייערע פרייז. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד): "כַּמָּה קָשָׁה הַמַּחֲלֹקֶת, שֶׁבֵּית דִּין שֶׁל מַעְלָה אֵין קוֹנְסִים אֶלָּא מִבֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וָמַעְלָה וּבֵית דִּין שֶׁל מַטָּה מִבֶּן שְׁלשׁ עֶשְׂרֵה שָׁנָה, בְּמַחֲלָקְתּוֹ שֶׁל קֹרַח תִּינוֹקוֹת בֶּן יוֹמָן נִשְׂרְפוּ וְנִבְלְעוּ בִּשְׁאוֹל תַּחְתִּית", קוק ווי הארב מחלוקת איז, בית דין של מעלה שטראפט א מענטש נאר פון די צוואנציג יאר און ארויף, בית דין של מטה שטראפט שוין פון די דרייצן יאר, אבער ביי די מחלוקת פון קרח זענען אלע איינגעזינקען געווארן אין דער ערד אפילו קינדער פון איין טאג אלט.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפלה, סימן לב): "אַל תִּתְפַּלֵּל בְּבַיִת שֶׁבָּנָה בַּעַל מַחְלוֹקֶת", מען זאל נישט דאווענען אין א הויז וואס א בעל מחלוקת האט געבויעט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף א בית המדרש וואס דארט דאווענט מען, אויף דעם זאגט דער רבי אז מען זאל נישט אריינגיין דאווענען אין א שול וואס מען קריגט זיך דארט.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (יבמות צו:): עס איז געווען א שול אין טבריה וואו צוויי תנאים האבן זיך געקריגט אין לערנען ביז זיי האבן צעריסן א ספר תורה בשעת'ן זיך קריגן. ווען דער תנא רבי יוסי בן קיסמא האט דאס געזען האט ער געזאגט: "תָּמֵהַּ אֲנִי אִם לֹא יִהְיֶה בֵּית הַכְּנֶסֶת זוּ עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", איך וואונדער זיך אויף דעם שול צי דא וועט נישט זיין איין טאג א פלאץ וואו מען וועט דינען עבודה זרה און אזוי איז טאקע געווען; זעט מען פון דעם אז אפילו א מחלוקת לשם שמים איז אויך זייער הארב, דערפאר זאגט דער רבי אז מען זאל נישט אריין גיין דאווענען אין א פלאץ וואו מען קריגט זיך.


ברודער, אנטלויף פון מחלוקת! וואס וועסטו האבן פון זיך קריגן? א קלוגער מענטש קוקט אויף זיך; מאך זיך א שטיקל חשבון, וואס וועסטו האבן צי דער איז גערעכט צי יענער איז גערעכט? גארנישט! נו פארוואס זאלסטו אוועק געבן דיינע טעג און יארן פאר מחלוקת וכו', ענדערש געב דיין צייט פאר זאכן וואס וועט מיט דיר בלייבן אויף אייביג. אז דו וועסט מחנך זיין דיינע קינדער, דו וועסט שמועסן מיט זיי, שפילן מיט זיי, דאס וועט איבערבלייבן פון דיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קטז.): ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און לאזט איבער קינדער וואס לערנען תורה איז כְּאִילוּ לֹא מֵת, אזוי ווי עס שטייט (מלכים-א כא, יא): "כִּי שָׁכַב דָּוִד עִם אֲבֹתָיו, וְכִי מֵת יוֹאָב שַׂר הַצָּבָא", פארוואס ביי דוד המלך שטייט "שָׁכַב דָּוִד" און ביי יואב שטייט "מֵת יוֹאָב"? ווייל דוד המלך האט איבערגעלאזט קינדער צדיקים, הייסט עס נישט ווי ער איז געשטארבן נאר כאילו ער שלאפט, אבער אז מען לאזט נישט איבער קינדער וואס גייען בדרך התורה, דעמאלט ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט איז ער א טויטער מענטש.


איך האב ערהאלטן די וואך א בריוו פון א מיידל; זי וויינט זיך אויס איר הארץ אז אירע עלטערן מאכן חוזק פון איר, זיי קלאפן איר אראפ מיט דעם וואס זי איז גראב. אנשטאט די עלטערן זאלן איר מחזק זיין און איר דערהייבן אז עס איז גארנישט אויב מען איז גראב, מען קען שיין חתונה האבן אפילו מען איז נישט דאר וכו', אנשטאט זיי זאלן איר מוטיגן אז דער עיקר איז די מידות טובות וכו', זאגן זיי איר: "דו וועסט חתונה האבן מיט א בלינדער בחור, וואס וועט נישט זען ווי אזוי דו זעסט אויס"; דער בריוו האט מיר זייער אויפגעשאקלט, וואס טראכטן די עלטערן? וואס ווילן זיי פון זייער אומשולדיגע טאכטער? עס האט דאך נישט מיט איר דאס וואס זי זעט אזוי אויס, זי וויל אסאך מער פון אירע עלטערן אויסקוקן גוט, שיין און דאר, ווי מעג מען וויי טון קינדער? ווי מעג מען צעברעכן קינדער און שרייען טאג און נאכט "גראבער"?! זי ווערט דאך פון דעם צעקלאפט און צעבראכן; נישט נאר דאס וועט נישט העלפן אז זי זאל עסן ווייניגער, נאר דאס וועט איר נאך מער צעברעכן, דאס וועט איר מאכן פאר א קאליקע מיידל און זי וועט טאקע נישט קענען חתונה האבן רחמנא לצלן.


ווען מען וויל העלפן א קינד פארלירן וואג וכו' קען מען דאס נישט טון דורך צווינגען ווייל דאס וועט נאר ערגער מאכן; ממה נפשך, קומט דאס פון א געזונט פראבלעם איז דאך דאס נישט דעם קינד'ס פראבלעם, איז זי גארנישט שולדיג, ווי מעג מען וויי טון א קינד און טשעפען מיט מיאוס'ע לשונות ווי "גראבער" ווען עס איז פשוט א געזונט פראבלעם וכו' און אויב איז עס מחמת עצבות ומרה שחורה, זי עסט ווייל זי איז צוגעלייגט וכו', וועט מען זיכער נישט אויף טון מיט דעם וואס מען וועט איר דערשרעקן אז זי וועט נישט טרעפן קיין שידוך, דאס וועט מאכן זי זאל מער עסן וכו'.


אז מען רודפ'ט א קינד וועט דער קינד זיך איין טאג אויפהייבן און אנטלויפן; וויפיל עלטערן וויינען ווען זייער קינד וויל נישט אהיים קומען, זייער זון אדער טאכטער דרייט זיך מיט שלעכטע חברים און חבר'טעס, דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער מען זאל נישט וויסן פון קיין צער. זייער אסאך מאל זענען די עלטערן אליינס שולדיג ווייל זיי דערנידערן זייער קינד מיט מיאוס'ע ווערטער: "גראבער", "פוילער", "משוגע'נער", וכו', ביז דער קינד וויל זיך פשוט ראטעווען פון ווערן א קאליקע, אנטלויפט מען פון שטוב; מען זוכט א פלאץ וואו מען קען אטעמען. וויפיל אידישע קינדער וואלגערן זיך אין די גאסן, עס איז ממש מקוים געווארן דער פסוק וואס שטייט (איכה ד, א): "תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת", עס וואלגערן זיך אידישע נשמות אויף די גאסן; וויפיל פון דעם זענען שולדיג די עלטערן אליינס צוליב דעם וואס זיי טשעפען זייערע קינדער.


חינוך איז זייער א וויכטיגע זאך, אבער מען טאר נישט וויי טון קיין קינדער; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים"; דאס הייבט זיך אן אין שטוב מיט די קינדער. עס זענען דא מענטשן וואס שטעלן זיך אהער ווי שיינע אידן אויפן גאס, מען העלפט יעדן איינעם - די שכנים, משפחה, חברים, מען געבט אכטונג אויף יענעמס קינדער, אבער די אייגענע קינדער צעקלאפט מען.


אויף קיין שום פאל טאר מען נישט רופן א קינד מיט א צי נאמען, ווי גראבער, פוילער, משוגע'נער; דער רמב"ם זאגט (פרק ג' מהלכות תשובה, הלכה יד): אויב איינער מאכט א צי נאמען פאר זיין חבר, אדער איינער רופט א חבר מיט א צי נאמען - אֵין לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא; דאס איז געזאגט געווארן אויך ביי אייגענע קינדער. ווי קען א איד רופן זיין אייגן קינד "גראבער"?! ווי קען א אידישע מאמע וויי טון איר אייגן קינד מיטן דאס רופן מיט מיאוס'ע נעמען?!


איך בעט דיר טייערער..., מיר זענען געקומען צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בְּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", ווער עס האט נישט רחמנות אויף זיינע קינדער איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל; געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב. מען טאר קיינמאל נישט טשעפען אדער וויי טון קינדער; אפילו זיי זענען נאך קליין טאר מען זיי נישט געבן א צי נאמען וכו'.


מיר שטייען היינט אינעם יארצייט פון מוהרא"ש. מענטשן פרעגן מיר: וואס האט דיר געברענגט קיין ברסלב? וואס האט דיר געפעלט פאר דעם? וואס האסטו געטראפן אין ברסלב? איך האב שטענדיג געוואלט זיין אן ערליכער איד; אלץ בחור ווען איך פלעג הערן מעשיות פון צדיקים פלעג איך באקומען א בענקעניש אז איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, אבער איך האב פארשטאנען אז מען קען נישט האבן סיי דער וועלט און סיי יענער וועלט. איך פלעג טראכטן צו מיר: 'וואס טו איך דא?' פון איין זייט וויל איך זיין אן ערליכער איד, אבער פון דער אנדערע זייט האב איך געמיינט אז דאס קען נאר זיין אויב מען איז א פרוש, מען איז אפגעזונדערט פון דער וועלט; נאר אז מען אנטלויפט פון שטוב וכו', נאר אויב מען רעדט וואס ווינציגער אין שטוב מיט די ווייב און קינדער – קען מען זיין אן ערליכער איד, אין אנדערע ווערטער - די ווייב און קינדער איז א שטער אויף רוחניות, די ווייב און קינדער מוז מען האבן בדיעבד וכו'.


ביז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב געטראפן דעם ספר "אשר בנחל, חלק כז" און מיין לעבן האט זיך אנגעפאנגען; איך האב געזען דעם רבינ'ס וועג, אז א מענטש קען זיין דא אויף דער וועלט מיט א ווייב און קינדער, מיט א שיינע הויז, מיט א שיינע קאר וכו' וכו' און זיין דבוק אינעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה א, טו) בית שמאי און בית הלל קריגן זיך וואס איז קודם באשאפן געווארן, די הימל אדער די ערד; בית שמאי האלטן אז קודם האט דער אייבערשטער באשאפן די הימל און נאכדעם די ערד, און בית הלל זאגן אז קודם האט דער אייבערשטער באשאפן די ערד און נאכדעם די הימל, קומט רבי שמעון בן יוחאי און זאגט: "תָּמֵהַּ אֲנִי, הֵיאַך נֶחְלְקוּ אָבוֹת הָעוֹלָם, בֵּית שַׁמַאי וּבֵית הִלֵּל, עַל בְּרִיאַת הַשָׁמַיִם וְהָאָרֶץ?! אֶלָא שֶׁאֲנִי אוֹמֵר: שְׁנֵיהֶם לֹא נִבְרְאוּ אֶלָא כְּאִלְפָס וְכִּיסוּיָהּ" איך וואונדער זיך אויף די גרויסע צדיקים, וואס איז די מחלוקת? דער אייבערשטער האט באשאפן די הימל און דער ערד צוזאמען, אזוי ווי א טאפ מיט איר דעקל.


דאס איז געווען ביי מוהרא"ש א יסוד היסודות; מוהרא"ש איז מסביר דעם חז"ל זייער שיין. בית שמאי האלטן אז קודם איז באשאפן געווארן די הימלען, וואס דאס ווייזט אויף רוחניות, צו ווייזן פארן מענטש אז דער עיקר איז נאר 'שמים' - זיין א 'הימל מענטש' זיין אויסגעטון פון דער וועלט, ווידער די בית הלל זאגן: ניין, קודם איז באשאפן געווארן די ערד, צו ווייזן אז מען דארף זיין דא אויף דער ערד און נאכדעם גייט מען צום הימל, קומט רבי שמעון בן יוחאי און זאגט: "איך פארשטיי נישט וואס איז די גאנצע מחלוקת, מען קען זיין דא אויף דער וועלט, האבן א לעבן, און אין די זעלבע צייט זיין אויבן - טראכטן פונעם אייבערשטן, דאווענען און לערנען; מען קען זיין אויבן - דבוק צום אייבערשטן, דאווענען און לערנען און אין די זעלבע צייט זיין אויף דער ערד - חתונה האבן, האבן קינדער און זיי מפרנס זיין וכו'; דאס איז געווען מוהרא"ש און דאס איז האט ער אריין געברענגט אין אונז, אז מען קען זיין אן ערליכער איד אפילו מען ארבעט און מען פארברענגט מיט א ווייב וכו' וכו'.


דאס האט מיר געברענגט צום הייליגן רבי'ן און דאס פראביר איך אריין צו ברענגען אין מיינע תלמידים; א אינגערמאן האט חתונה דארף ער זיין אין שטוב, נישט דא קיין כולל חצות, נישט דא קיין כולל ערב, נישט דא גארנישט - האסט חתונה געהאט זיי אין שטוב; רעד מיט דיין ווייב, רעד מיט דיינע קינדער, העלף ארויס דיין ווייב. ווילסט לערנען? לערן אין שטוב; ווילסט מאכן התבודדות? מאך עס אין שטוב.


איך בעט דיר נאכאמאל, געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין יז:): "רַב בָּדִיק בְּלִישְׁנֵיהּ"; מען קען דערקענען אויף א מענטש לויט זיין רעדן ווער ער איז. אויב רעדט מען איידל זעט מען אז דער מענטש איז אן ערליכער איד, און אז נישט זעט מען גלייך מיט וועמען מען האט דא צו טון.


מענטשן מיינען אז מען קען זיך אהער שטעלן ווי א שיינער איד פון אינדרויסן און אין שטוב רצח'נען די קינדער; א אכצן יעריגע מיידל האט מיר גערופן חנוכה (וויפיל מעשיות איך הער קען איך נאך אלץ נישט פארגעסן די מעשה פון חנוכה), זי האט ביטערליך געוויינט אז איר טאטע שלאגט איר מכות רצח און ער שרייט אויף איר אלע מיאוס'ע ווערטער; זי זאגט מיר ווער איר טאטע איז, אז עס לאזט זיך פשוט נישט גלייבן, א מענטש וואס שטעלט זיך אהער ווי אן איש מכובד, א רב וכו', זאל אזוי רעדן צו זיינע קינדער. דאס מיידל איז אויפגעשטאנען דריי אזייגער פארטאגס צו רופן קיין אמעריקא צו בעטן אן עצה.


איך האב אביסל מאריך געווען אין די בריוו, אבער גלייב מיר, איך האב נאך נישט אנגעהויבן צו שרייבן, ווייל אז מען קוקט וואס טוט זיך היינט אפ, וויפיל קינדער פאלן אוועק רחמנא לצלן, וויפיל אינגלעך און מיידלעך ווילן נישט אהיים קומען, זיי טרעפן זיך שלעכטע חברים ביז זיי גייען אוועק פונעם דרך התורה, בשעת ווען מען וואלט ווען געקענט איינשפארן אלע פראבלעמען, טוט דאס זייער וויי.


שבת איז א צייט פון שלום, א צייט פון ליבשאפט; דער הייליגער אריז"ל זאגט (ליקוטי תורה, פרשת כי תשא) אז די ראשי תיבות פון וְשָׁמְרוּ בְּ'נֵי יִ'שְׂרָאֵל אֶ'ת הַ'שַּׁבָּת איז בִּיאָה, צו ווייזן אז שבת דארף מען זיין צוזאמען מאן און ווייב; שבת איז א צייט פון זיך אפגעבען מיט די קינדער. גרייט דיר אן שיינע מעשיות וואס צו שמועסן מיט די קינדער ביי די סעודה; געדענק, קינדער זענען אזוי ווי ביימער, מען דארף זיי באוואסערן, און ווי מער מען טרינקט זיי אן, וועלן זיי שענער וואקסן.


א פרייליכן שבת.