מכתב יומי

יז שבט תשע"ט

January 23 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט איז דער יארצייט פון מוהרא"ש זכר צדיק לברכה; מוהרא"ש האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנצע לעבן פאר אידישע קינדער און גארנישט געהאט דערפון - נאר בזיונות און שפיכות דמים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי פארשעמט מוהרא"ש איז געווען אין זיין לעבן; אלע האבן אים געלייגט אין דער זייט, אלע האבן גערעדט אויף אים, און ער האט זיך צאמגעליטן צרות און יסורים מבית ומחוץ, אבער ער איז ווייטער אנגעגאנגען צו מחזק זיין אידישע קינדער. בפרט בחורים – זיי האט מוהרא"ש די מערסטע מחזק געווען און זיך מוסר נפש געווען פאר זיי.


מוהרא"ש האט געזאגט אז ווען ער וועט ארויפקומען אין הימל וועט ער איבערדרייען דעם בית דין של מעלה זיי זאלן נישט דן זיין קיין בחורים אויף דאס וואס זיי פאלן נעבעך אראפ אין עבירות, ווייל זיי זענען נישט שולדיג, זיי ווילן חתונה האבן. מוהרא"ש פלעגט וויינען טאג און נאכט אויף בחורים אראפצונעמען די גזירה וואס מיר האבן אז מען קען נישט חתונה האבן יונג בקדושה ובטהרה; ער האט זיך מוסר נפש געווען און זיך איינגעשטעלט זיין לעבן פאר דעם, ער האט שיעור נישט באקומען זעכצן יאר תפיסה פארן העלפן אידישע קינדער - בחורים און מיידלעך - זיי זאלן חתונה האבן יונגערהייט ווען זיי זענען נאך ריין בקדושה ובטהרה.


מוהרא"ש איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן ווען ער איז אלט געווען זעכצן יאר; ער האט געטראפן א קליינעם ספר "משיבת נפש", א ספר וואס רבי אלתר פון טעפליק זכותו יגן עלינו האט געמאכט, ער האט צוזאמגענומען שטיקלעך התחזקות פון ליקוטי הלכות אין דאס געדרוקט אין דעם ספר. דער ספר האט אים אויפגעפלאמט זיין הארץ, און ביי די פיר און צוואנציג יאר, שנת תשכ"ד לפ"ק, האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן בריוון פון התחזקות פאר בחורים און יונגעלייט וואס זענען געקומען צו אים בעטן חיזוק. פון די בריוון איז געווארן דעם ספר "אשר בנחל" וואס האט אין זיך איבער זיבעציג טויזנט בריוו פון התחזקות און עצות פאר יעדן מענטש און פאר יעדן פראבלעם.


יעצט ווען מיר שטייען אין די טאג פונעם יארצייט דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג חזר'ן: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן"; אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק, געפונט זיך אין זיינע ספרים; ווער עס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן דער איז א ברסלב'ער חסיד, און אז מען לערנט נישט די ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן. מיט דעם וואס מען קען די פאליטיק פון ברסלב, מען קען די מענטשן פון ברסלב, די אלטע לייט, און די יונגע לייט - מיט דעם האט מען נאך נישט מיט ברסלב, נאר אז מען לערנט די ספרים פון רבי'ן האט מען א שייכות מיטן רבי'ן. אזוי אויך אז מיר ווילן האבן שייכות מיט מוהרא"ש דארפן מיר לערנען די ספרים פון מוהרא"ש, בפרט די בריוו וואס דארט איז מוהרא"ש.


היינט ווען מיר געפונען זיך שוין אינעם פערטן יארצייט פון מוהרא"ש זכר צדיק לברכה זאלסטו זיך בארעכענען וואס דו קענסט טון צו העלפן נאך אידן וויסן פון די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן; קוק וואס הייסט א לב טוב, א עין טוב - ווי מוהרא"ש, ווען ער האט זיך דערוויסט פון רבי'ן און ער האט געזען ווי דאס האט אים געטוישט זיין לעבן און געזען אז מען קען נישט באקומען די ספרים, דעמאלט איז געווען זייער שווער צו טרעפן די ספרים פון רבי'ן, האט ער מחליט געווען אז ער גייט דאס דרוקן און פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט, און אזוי האט ער געטון במשך זיין גאנצע לעבן; ער האט געדרוקט און געדרוקט און געדרוקט אזוי פיל אז עס נאך נישט געווען אין די היסטאריע אז א מענטש זאל דרוקן אזויפיל ספרים וויפיל מוהרא"ש האט געדרוקט במשך זיין לעבן; דאס דארפן מיר נאכמאכן, ווי מער מען קען פארשפרייטן פאר די וועלט אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


מענטשן פרעגן: "ווער האט גע'ירש'נט די ירושה פון מוהרא"ש?" אלע קענען מיר האבן א חלק אין די ירושה; ווער עס דרוקט די ספרים פון מוהרא"ש נעמט א חלק אין די ירושה.


מוהרא"ש האט געשריבן אינעם בריוו מאנטאג פרשת יתרו פון זיין שפיטאל בעט, פיר טעג פאר'ן הסתלקות: "הִשְׁאַרְתִּי אַחֲרַי יְרוּשָׁה גְדוֹלָה וְהֵם שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת "אַשֶׁר בַּנַּחַל" שֶׁמִסְתַּכֵּם כְּבָר עַד הַשָּׁנָה הַזּוֹ לְּמַעְלָה מִשִּׁבְעִים אֶלֶף מִכְתָּבִים", איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל' זיבעציג טויזנט בריוו, "וְלָכֵן אֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶת כָּל אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ תַּעַזְרוּ לִי שֶׁיֵּצֵא כָּל חֶלְקֵי שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אֲשֶׁר בַּנַּחַל' לָאוֹר עוֹלָם", בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער 'אשר בנחל', "כָּל אֶחָד שֶׁיִּקַּח עַל עַצְמוֹ כַּמָּה כְּרָכִים לְהַדְפִיס אֶת זֶה", יעדע זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל וועסטו האבן א חלק אין די ירושה.


מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט אָפְּדְרוּקְן דִי אַלֶע בְּרִיוְון אוּן מֶען זָאל עֶס אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן: "כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת", קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן. נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אַשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען פארשפרייטן די ספרים, די עצות פאר די גאנצע וועלט אונזער גאנצע לעבן; מיר זאלן גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש, נישט קוקן אויף קיינעם נאר טון און טון פאר אידישע קינדער.


א גוטן טאג.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וואס קרעכצסטו אזוי? דאנק דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר.


דו זעסט נישט וואס טוט זיך אפ אויף דער וועלט? וואס פאר א צרות עס גייט אריבער אויף אידישע קינדער? ווער עס הערט די נייעס זעט מיט די אויגן וואס דער גאנצער מענטש איז, ווי דער ניגון גייט אין ברסלב: "אט איז מען דא, אט איז מען דארט, אט ליגט מען שוין אויפן אייביגן ארט"; קיינער ווייסט נישט וואס עס גייט זיין דעם קומענדיגן מינוט.


נעכטן איז געווען אין די נייעס אז א בחור איז געפארן צו זיין ישיבה מיט זיין בייק, אינמיטן וועג האט אים א קאר אראפגעקלאפט און ער איז נפטר געווארן - השם ישמרינו; האסט אויך אודאי געהערט די שרעקליכע נייעס פון די שווערע עקסידענט וואס האט פאסירט דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש מיט אונזער חבר ...; ער איז געפארן א נסיעה אויף מקומות הקדושים אין אייראפע, עס איז געווען אייז אויפן וועג און דער קאר אין וועלכער ער איז געזיצן האט זיך איבערגעדרייט און ער איז נעבעך נאך אלץ נישט אויפגעשטאנען - דער אייבערשטער זאל זיך מרחם זיין אויף אים און אויף אלע חולי ישראל ער זאל האבן א רפואה שלימה.


עס איז נישט שייך אויסצורעכענען וואס עס גייט אלץ אריבער אויף מענטשן; א מענטש ווייסט נישט וואס גייט פאסירן מיט אים דעם קומענדיגן סעקונדע. מען דריידט זיך ארום מיט טענות ומענות אויפן רבונו של עולם, מען קרעכצט און מען וויינט אויף דאס און אויף יענץ, בשעת דער אייבערשטער מאכט דאך אזויפיל חסדים פאר'ן מענטש, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קלו, ד): "לְעֹשֵׂה נִפְלָאוֹת גְּדֹלוֹת לְבַדּוֹ", ווי די הייליגע חכמים זאגן (נדה לא.): "לְעוֹלָם אֲפִילוּ בַּעַל הַנֵּס אֵינוֹ מַכִּיר בְּנִיסוֹ", דער מענטש וואס האט די ניסים, ווייסט אליינס נישט וואס פאר א ניסים דער אייבערשטער טוט מיט אים.


אנשטאט קרעכצן און וויינען הייב אן דאנקען דעם אייבערשטן, זאג אים: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר", און רעכן אים אויס בפרטי פרטיות וואס ער טוט מיט דיר. אפילו דו האסט זאכן וואס גייט נישט אזוי ווי דו ווילסט, וועסטו דאס נאכדעם בעטן, אבער קודם קוק אביסל אויפן לעבן מיט א גוט אויג.


גיי נישט אריין אין קיין וויכוחים מיט קיינעם און זיכער נישט מיט דיין ווייב; מיט וויכוחים וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען. געב נאך פאר דיין ווייב; וואס וויל זי שוין פון דיר? סך הכל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, ממילא איז נישט כדאי צו טענה'ן. געדענק וואס איך זאג דיר שטענדיג: "מען ווערט נישט קלענער ווען מען געבט נאך, און מען ווערט נישט שטערקער ווען מען פירט אויס".


א גוטע נאכט.