מכתב יומי

טז שבט תשפ

February 11 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט וועלן מיר זיך צוזאמקומען - תלמידי היכל הקודש - צו די יארצייט סעודה פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; זיך מחזק זיין מיט די גרויסע מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אזא ליכטיגקייט פאר אונזער דור: מוהרא"ש זי"ע.


מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן פארשפרייט דעם הייליגן רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, ער האט געשריבן און געדרוקט ספרים און דאס פארשפרייט; דאס דארפן מיר נאכטון, מיר דארפן דרוקן און פארשפרייטן פאר אלעמען די עצות פון רבי'ן.


מוהרא"ש האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט האבן א חלק אין דרוקן זיינע ספרים, בפרט די בריוו פון אשר בנחל וועט זען גרויסע ישועות. מוהרא"ש שרייבט (צוואת מוהרא"ש, אות יז): "אוּן אָט מוּז אִיךְ מְגַלֶה דַעַת זַיין בָּרַבִּים אַז פוּן וֶוען אִיךְ הָאבּ אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ הָאבְּן צוּטוּן מִיט מֶענְטְשְׁן, פוּן יָאר ה'תשכ"ד אוּן בְּעִיקָר פוּן עֶרֶב חֲנוּכָּה תשכ"ד, הָאבּ אִיךְ אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרַייבְּן בְּרִיוְון פַאר בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, וָואס פוּן דֶעם הָאט מֶען שׁוֹין אָפְּגֶעדְרוּקְט נֵיין אוּן אַכְצִיג חֲלָקִים פוּנֶעם סֵפֶר שׁוּ"ת "אֲשֶׁר בַּנַּחַל", וָואס הַאלְט שׁוֹין בַּיי אִיבֶּער צְוָואנְצִיג טוֹיזְנְט בְּרִיוְון, אוּן אוֹיסֶער דֶעם אִיז דָא גְרֵייט צוּם דְרוּק נָאךְ אִיבֶּער פוּפְצִיג טוֹיזְנְט בְּרִיוְון.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, זֶעט אָפְּצוּדְרוּקְן פַאר מִיר דִי אַלֶע בְּרִיוְון, אוּן מֶען זָאל דָאס הַאלְטְן אִין אֵיין אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוּן אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן "כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת", קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן, נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אֲשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט גֶעהָאלְפְן וֶוערְן מִיט אַ יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. וֵוייל דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, דֶערִיבֶּער אִיז וואוֹיל פַאר דֶער וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".