מכתב יומי

יט שבט תשפ

February 14 2020

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אם ירצה ה' דעם קומענדיגן זונטאג וועט פארקומען די פלעי וואס תלמידות בית פיגא שטעלן פאָר; העלף דיין ווייב זי זאל קענען קומען מיטהאלטן די פלעי, זי וועט אהיים קומען מיט אסאך חיזוק. זונטאג וועט מען שפילן צוויי מאל די פלעי, נאכמיטאג און ביינאכט; זע ווען עס איז בעסער פאר איר און העלף איר זי זאל קענען קומען.


רוף דיין מאמע מיט דיינע געשוויסטער, זיי וועלן אלע הנאה האבן; די פלעי איז נישט א פלעי פון סתם א באבע-מעשה, מען טוט פארשטעלן די מעשה פון הייליגן רבי'ן, די מעשה פון דעם בערגער מיט'ן ארעמאן (סיפורי מעשיות, מעשה י). דער רבי האט געזאגט: "די וועלט זאגט אז סיפורי מעשיות איז גוט איינצושלאפן מיט דעם, אבער איך זאג אז סיפורי מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף"; די מעשיות ברענגט אריין אינעם מענטש הרהורי תשובה און חיזוק אנצוגיין אין לעבן.


שעם זיך נישט מיט'ן רבי'ן, שעם זיך נישט פון ברסלב; רוף דיינע געשוויסטער, דיינע מומעס, באהאלט זיך נישט אין א לאך; אלע נעמען זייער גאנצע חיות פון רבי'ן, איינער איז מודה און א צווייטער באהאלט דאס, אבער יעדער איינער לעבט היינט פון רבי'נס חיזוק, פון וועמען זאלן מיר זיך שעמען?!


אמאל איז דער רבי געזיצן ביי א שלום זכר און ער האט געבעטן זיין תלמיד רבי נפתלי ער זאל זינגען א ניגון, אבער רבי נפתלי האט זיך געשעמט און איז געזיצן שטיל, האט אים דער רבי געזאגט: "ר' נפתלי וואס שעמסטו זיך? 'בשבילנו נברא העולם' די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן פאר אונז, אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות ו:) אויפ'ן פסוק (קהלת יא, יב): "כִּי זֶה כָּל הָאָדָם" - כָּל הָעוֹלָם נִבְרָא אֶלָּא בִּשְׁבִיל זֶה, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן נאר פאר דעם צדיק".


שעמען דארפן זיך די וואס גייען צו א רבי וואס מען ווייסט נישט פארוואס מען גייט און וואס מען האט וכו', וכו'; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "הַאִם לֹא הָיִיתִי יָכוֹל לִהְיוֹת מְפֻרְסָם וּמַנְהִיג שֶׁקּוֹרִין (גוּטֶער יוּד) כְּמוֹ כָּל הַמַּנְהִיגִים שֶׁנּוֹסְעִים הַחֲסִידִים אֲלֵיהֶם וְאֵינָם יוֹדְעִים עַל מָה נוֹסְעִים, וְחוֹזְרִים וְשָׁבִים וּבָאִים וְאֵינָם יוֹדְעִים מַה בָּאִים?!" וואלט איך נישט געקענט זיין אזוי ווי אנדערע רבי'ס וואס די חסידים קומען צו זיי און ווייסן נישט פארוואס זיי קומען און ווען זיי גייען, גייען זיי אהיים מיט ליידיגע הענט, נאכדעם קומען זיי נאכאמאל צוריק און זיי ווייסן זיי נאכאמאל נישט פארוואס זיי זענען געקומען, "אֲבָל אֲנִי לֹא רָצִיתִי בְּכָל זֶה, רַק לָקַחְתִּי עַצְמִי לַעֲסֹק בָּזֶה לְהַחֲזִיר אֶתְכֶם לְמוּטָב", איך האב דאס נישט געוואלט, נאר איך האב אלעס אוועק געגעבן אבי איר זאלט זיין גוטע אידן.


אויך בעט איך דיר זייער, מיר זענען יעצט אין א שווערע מצב וואס אלע תלמידים דארפן ארויסהעלפן מיר זאלן קענען אנגיין ווייטער; מיר זענען שוין שולדיג די איינגעשטעלטע אפאר וואכן געהאלט און איך זע נישט א וועג ווי אזוי איך זאל זיי קענען באצאלן, בעט איך דיר זייער, מיר האבן געמאכט א ראפעל, א וועג אריין צו ברענגען געלט פאר די מוסד. מענטשן קויפן ראפעלס, אפילו מען האט נישט שייכות מיט ברסלב. דער גורל וועט פארקומען אין ישיבה א וואך נאך פורים, איך בעט דיר זייער זאלסט נעמען אפאר ביכער און גיין נאך געלט.


איך בעט דיר נישט דיין געלט, איך בעט דיר סך הכל זאלסט מיר העלפן גיין צוזאמנעמען געלט.


מער פון דעם קען איך נישט טון; איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר נישט פארלאזן, מיר זאלן קענען ווייטער אויפציען אונזערע דורות מיט די וועג פון הייליגן רבי'ן.


אם ירצה ה' אום מוצאי שבת פרשת תרומה וועט פארקומען א מלוה מלכה אין ישיבה, א ספעציעלע אווענט, א פריוואטע פארברענג פאר אלע יוצאי הישיבה, אברכים און בחורים; לייג אוועק דעם דאטום.


א פרייליכן שבת.