מכתב יומי

יז שבט תשפ"ו

February 04 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון מוהרא"ש, מיר דארפן אנהאלטן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן און געבעטן די לעצטע געבעט פון שפיטאל, מיר זאלן אנטלויפן פון מחלוקת. מוהרא"ש שרייבט דארט דעם לשון: "דָּבָר אֶחָד שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶתְכֶם בַּקָּשָׁה אַחֲרוֹנָה מֵחַיֵּי", איך בעט אייך די לעצטע בקשה פון מיין לעבן, "שֶׁתַּחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך נישט קריגן, "לָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶּׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת", מיין גאנצע ווילן איז אז עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו, ווייל פון מחלוקת קומט ארויס נאר צרות.


הַיּוֹם תְאַמְּצֵנּוּ, לאמיר זיך פארנעמען אפצולאזן אלע מחלוקת, לאמיר ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ, לאמיר עפעס צוריק טון פאר מוהרא"ש פאר די מסירות נפש וואס ער האט געהאט פאר אונז. מוהרא"ש שרייבט צום סוף פונעם בריוו נאכאמאל: "הַחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד וְאַף פַּעַם לֹא לְהִתְעָרֵב בְּשׁוּם מַחְלוֹקֶת שֶׁרַק יֵשׁ בָּעוֹלָם", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך קיינמאל נישט מישן אין קיין שום מחלוקת וואס איז דא אויף די וועלט; און איך זאג דיר אז איך מאך אסאך התבודדות אויף דעם, דער יצר הרע קומט צו מיר כסדר פארשטעלט אזוי און אזי מיך וועלן אומגליקליך מאכן דורך מיר אריינשלעפן אין מחלוקת, אבער איך געדענק מיין צוזאג ווען מען האט מלוה געווען מוהרא"ש קיין ארץ ישראל, ווען איך בין געזיצן אינעם אמבולאנס מיט די מיטה וואו מוהרא"ש איז געלעגן, איך האב דארט זייער געוויינט, נאך אפאר פון אנשי שלומינו זענען דארט געווען, ר' יענקל נרו יאיר, אויך ר' שמחה לעווי'ס קינדער, און איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת צווישן תלמידי היכל הקודש, און אויב עס וועט זיין מחלוקת ערגעץ וועל איך אנטלויפן דערפון, איך וועל נישט האבן קיין שייכות מיט דעם; ברוך ה' איך שטיי ביי מיין צוזאג, איך האב נישט מיט קיין מחלוקת און איך בעט אויף דעם.


אויך וויל איך דיר בעטן דו זאלסט העלפן אונזער בית הדפוס דרוקן און מפרסם זיין די עצות פון רבי'ן ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, דאס זאלסטו טון לכבוד די יארצייט, מאך א נחת רוח פאר מוהרא"ש מיט דרוקן זיינע ספרים וואס זענען מחי' די גאנצע וועלט.


איך בין נישט געפארן צו די יארצייט, עס איז שוין די עלפטע יארצייט, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין יבנאל ביי די יארצייט מכמה סיבות וואס איך דארף קיינעם נישט זאגן, ברוך השם מוהרא"ש איז מיט אונז, מוהרא"ש איז אין אלע שול'ן וואס פאררופן זיך אויף זיין נאמען, מוהרא"ש איז אין ישיבה סיי אין שטעטל און סיי אין וויליאמסבורג און אויך אין ירושלים; ווייל דארט וואו מען רעדט פונעם צדיק און דארט וואו מען פירט זיך ווי דער צדיק האט געלערנט - דארט איז דער צדיק, דאס איז קלאר, און דארט וואו מען איז זיך מקשר מיטן צדיק קען מען דארט אלעס פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.